הזכּרה פֿאַר אָנגעזעענער מעקסיקאַנער ייִדישיסטקע

Venerated Mexican Yiddishist, Commemorated

פֿון טאַמאַרע גליסאָן־פֿרײדבערג

Published April 20, 2016, issue of May 13, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

כּלערלײ מענטשן האָבן אָנטײלגענומען אין דער צערעמאָניע, דערצײלנדיק זײערע זכרונות און פּערזענלעכע איבערלעבונגען מיט דער לערערקע. דרײַ יונגע לײַט האָבן טאַקע גערעדט אױף ייִדיש, װײַל אין זײערע אױגן איז דאָס דער בעסטער אופֿן איר אָפּצוגעבן כּבֿוד. צום סוף האָט „קול שלום‟, אַ קינדער־כאָר און -אָרקעסטער, מיטגעזונגען מיטן עולם אַ באַקאַנט ליד בײַ די מעקסיקאַנער ייִדן, „דאָס איז ייִדיש‟.

אין די לעצטע יאָרן פֿון איר לעבן איז וועלע געווען אַ לערערקע פֿון די תּלמידים, װאָס האָבן װײַטער געװאָלט זיך לערנען ייִדישע ליטעראַטור, צװישן זײ — טלי מאַרגאָליס. מיט אירע פּערפֿעקט־געפֿאַרבטע נעגל און ליפּן, האָט וועלע זײ געגעבן קלאַסן בײַ איר אין שטוב אין אַ שײנעם ליטװישן דיאַלעקט. װעלע — די אײביקע לערערקע.

פֿון וועלעס אַרכיוו: די לערערקע פֿירט אָן מיט אַ פּורים־שפּיל, 1974
פֿון וועלעס אַרכיוו: די לערערקע פֿירט אָן מיט אַ פּורים־שפּיל, 1974

װעלע ראַבינאָװיטש איז געבױרן געװאָרן אין ביאַליסטאָק אין 1923 אין אַ פֿרומער משפּחה, די ייִנגסטע פֿון 10. צוליב עקאָנאָמישע סיבות האָט דער טאַטע זיך איבערגעצױגן אין ניו־יאָרק אין 1929, און די משפּחה האָט זיך באַזעצט אין ברוקלין זעקס יאָר שפּעטער. װעלע האָט זיך געלערנט אין דער „טאָמאַס דזשעפֿערסאָן עפֿנטלעכער שול‟, און בײַ נאַכט — אין אַרבעטער רינג.

צוליב אַ ליבע האָט וועלע אין די 1940ער יאָרן זיך באַזעצט אין מעקסיקע: באַזוכנדיק איר שװעסטער האָט זי זיך באַקענט מיט שמואל זאַבלודאָװסקי, און זי האָט מיט אים חתונה געהאַט.

אין יענער צײַט האָבן אין מעקסיקע געװױנט טױזנטער ייִדיש־רעדערס. מע האָט פּובליקירט צענדליקער צײַטונגוען און זשורנאַלן; געדרוקט ביכער און אויפֿגעפֿירט טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען. די וועלטלעכע טאָגשול, וואָס מע האָט גערופֿן פּשוט „די ייִדישע שול‟, האָט זיך שטאַרקט באַשעפֿטיקט אינעם לערנען די ייִדישע שפּראַך און קולטור. דאָרטן האָט װעלע אָנגעהױבן איר קאַריערע װי אַ קינדער־גאָרטן לערערקע. זי האָט גאָר נישט געװוּסט װאָס פֿאַר אַ װיכטיקע ראָלע זי וועט אַמאָל שפּילן ווי אַ ייִדישער פּעדאַגאָג.