אלי וויזל, דער ייִדישער שרײַבער

Elie Wiesel, The Yiddish Writer

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 01, 2016, issue of June 25, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

עליע וויזעל, 1968
Getty Images
עליע וויזעל, 1968

אינעם יאָר 2009 האָט דער תּל־אָבֿיבֿער פֿאַרלאַג „משׂכּל‟ אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג פֿון וויזלס געקליבענע ווערק. אין דער הקדמה פֿון דער זאַמלונג שטייט געשריבן די אויסטערלישע השערה, אַז וויזלס „אמתדיק מאַמע־לשון‟ איז געווען העברעיִש, ווײַל ער האָט פֿון קינדווײַז אָן געקענט יסודותדיקע לשון־קודשדיקע ווערטער. יעדער חדר־ייִנגל אין סיגעט, אַרײַנגערעכנט די זיידעס פֿון די הײַנטיקע סאַטמאַרער, האָט זיכער געקענט פֿאַרשטיין לשון־קודש. די אַשכּנזישע הבֿרה, צו וועלכער דער שרײַבער איז געווען צוגעוווינט אין דער היים, האָט זיך אָבער נישט אונטערגעשיידט פֿון אַ טיפּישער אונגערישער שיל אין וויליאַמסבורג אָדער קרית־יואל. שפּעטער, װי אַ געבילדעטער נײַגעריקער מענטש, האָט וויזל זיך יאָ אויסגעלערנט דעם מאָדערנעם העברעיִש.

אינעם „פֿאָרווערטס‟־אַרכיוו געפֿינען זיך הונדערטער אַרטיקלען, וואָס וויזל האָט אָנגעשריבן במשך פֿון צענדליקער יאָרן, אַרײַנגערעכנט לאַנגע המשכים אויף אַזעלכע לאַוו־דווקא דערהויבענע טעמעס, ווי זײַן ליגן אין שפּיטאָל נאָך אַן אויטאָ־אינצידענט אויף אַ ניו־יאָרקער גאַס. בײַ ס׳רובֿ שרײַבער וואָלט זיך אין אַזאַ פֿאַל באַקומען אַ נודנע גראַפֿאָמאַנישע מגילה. וויזל איז אָבער געווען מסוגל צו פֿאַרוואַנדלען נישט בלויז די שוידערס פֿונעם חורבן, נאָר אויך כּלערליי פּשוטע לעבנס־אינצידענטן, אין פֿאַרכאַפּנדיקע דערציילונגען. פֿונדעסטוועגן, שפּירט זיך אין זײַנע ווערק אַ געוויסע שטעטלדיקע פּשוטקייט. ווען ער וואָלט געדרוקט זײַנע דערציילונגען אין די חסידישע אויסגאַבעס, וואָלט דער עולם אים מסתּמא אויפֿגענומען מיט פֿאַרגעניגן ווי אַן עכטן סיגעטער. אינעם יאָר 2012 האָט וויזל פֿאַרעפֿנטלעכט אַן עסיי, וווּ ער דערקלערט, אַז הגם ער האָט ליב די ליובאַוויטשער און גייט כּסדר אין אַ חב״ד־שיל, בלײַבט ער אין זײַן האַרץ אַ פֿאַרברענטער וויזשניצער חסיד.

וויזלס פּאָליטישער אַקטיוויזם איז נישט אַלעמען געפֿעלן געוואָרן. די לינק־געשטימטע קריטיקער טענהן, אַז צו די פּאַלעסטינער און צו דער אַמעריקאַנער אויסערן־פּאָליטיק האָט ער זיך באַצויגן ווי אַ שטאַרק רעכטער. אַ טייל פּעדאַגאָגן אין רוסלאַנד און אַנדערע לענדער זענען אויך נישט צופֿרידן מיט זײַן מיליטאַנטישן צוגאַנג צו דער חורבן־בילדונג, לויט וועלכער מע מוז איבעראַל באַקענען די קינדער מיט פּרטים פֿונעם נאַצי־גענאָציד.

אַזוי צי אַזוי, וואָלט וויזל מסתּמא נישט געקאָנט ווערן אַזאַ גרויסע וועלט־פֿיגור, ווען ער וואָלט נישט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע ווי אַ פֿילזײַטיקער ייִדישער שרײַבער. דווקא אין אַזאַ ראָלע וועט ער בלײַבן אינעם זכּרון פֿונעם „פֿאָרווערטס‟. כּבֿוד זײַן אָנדענק!