פֿרויען, די שטאָט און דער ייִדישער טעאַטער

Women, The City and the Yiddish Theater

אַליסאַ קווינט פֿון ייִוואָ
Sheridan Gayer
אַליסאַ קווינט פֿון ייִוואָ

פֿון עדי מהלאל

Published July 20, 2016, issue of July 27, 2016.
דער פּלאַקאַט פֿון דער אונטערנעמונג
דער פּלאַקאַט פֿון דער אונטערנעמונג

אַן איין־טאָגעדיקע קאָנפֿערענץ וועגן דעם ייִדישן טעאַטער און פֿרויען איז פֿאָרגעקומען דעם 7טן יולי אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. אָט די זומער־קאָנפֿערענץ, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות מיט ייִוואָ, דורך ד”ר אַליסאַ קווינט, די נײַע גאַסט־פֿאָרשערין בײַ דער ייִוואָס „ווילנער קאָלעקציעס‟, האָט אַרײַנגענומען אַקאַדעמיקער פֿון איבער אַמעריקע און ענגלאַנד.

ס’איז פּאַסיק אַז מע האָט אָנגעפֿאַנגען אַן אָוונט פֿריִער מיטן גיין זען דעם גרויסן שלאַגער בײַם פֿאָלקסבינע־טעאַטער, „די גאָלדענע כּלה‟. מע שפּילט ווידער די פֿאָרשטעלונג דעם זומער, אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה‟ (Museum of Jewish Heritage) בײַם דרומדיקן עק פֿון מאַנהעטן. דער גוטער טעמפּ פֿון דער אויפֿפֿירונג, און דאָס שיינע געזאַנג דערציילט אַ קאָמישע געשיכטע, וואָס וועבט אַרײַן נאַציאָנאַלע און סעקסועלע דילעמעס פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע מיט אַ הונדערט יאָר צוריק. עס דערציילט זיך וועגן דער כּלה, גאָלדעלע, וואָס געפֿינט איר רײַכטום און איר פֿאַרבלאָנדזשעטע מאַמע אין דער גאָלדענער מדינה אַמעריקע, איר נײַע „מוטערלאַנד‟. איינער פֿון די באַטייליקטע האָט באַמערקט אַז אין תּוך רעדט זיך הײַנט אין אַ „מוזיי־פּיעסע‟.

דעם צווייטן טאָג האָט מען באַזוכט דעם „מוזיי פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק‟ (Museum of the City if New York), וואָס שטעלט פאָר, פֿון מאַרץ ביזן מיטן אויגוסט, אַן אויסשטעלונג וועגן דער געשיכטע פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן טעאַטער. אויפֿן ערשטן פּאַנעל האָט קווינט גערעדט וועגן דעם ייִדישן טעאַטער דורך דער ווײַבלעכער לינדז. טראַדיציאָנעל זענען די ייִדישע פֿרויען אויסגעשלאָסן געוואָרן פֿון עפֿנטלעכע אויפֿפֿירונגען (דאָס חזנות, די משוררים). מיטן אויפֿקומען פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער, אַרום די 1870ער-1880ער יאָרן, האָבן די ייִדישע פֿרויען זיך אויך אײַנגעשלאָסן אין דער נײַער קולטורעלער אינסטיטוציע. דאָס שפּילן איז געוואָרן אַ בכּבֿודיקע פּראָפֿעסיע פֿאַר ייִדישע פֿרויען, וואָס ס’רובֿ פֿון זיי זענען געקומען פֿונעם אַרבעטער־קלאַס.

אסתּר־רחל און אידאַ קאַמינסקאַ, די צוויי לעגאַנדאַרע פֿיגורן אין דער אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין פּוילן, זענען געווען די הויפּטטעמע פֿון פּראָפֿ׳ מיכאל שטײַנלאַופֿס רעדע. נאָך פֿאַר גאָלדפֿאַדן זענען געווען ייִדישע דראַמע־טרופּעס אין וואַרשע, וואָס האָבן באַאײַנפֿלוסט אסתּר־רחל האַלפּערן ווען זי האָט גענומען אויפֿטרעטן אין די שפּעט 1880ער יאָרן. נאָך דער 1905־רעוואָלוציע, ווען מע האָט געלאָזט אויפֿפֿירן טעאַטער אויף ייִדיש, איז זי געוואָרן די מאַמע פֿון דעם ייִדישן טעאַטער (אַנטקעגן גאָלדפֿאַדענס סטאַטוס ווי דער פֿאָטער). מערקווירדיק איז געווען איר ראָלע אין גאָרדינס „מירעלע אפֿרת‟, וואָס האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק סײַ פֿונעם ברייטערן עולם, סײַ פֿון דער אינטיליגענציע (ווי י. ל. פּרץ). איר טאָכטער אידאַ איז אויך געוואָרן אַ שם־דבֿר; זי האָט געגרינדעט טרופּעס, אויפֿגעפֿירט פּיעסעס פֿון בערטאָלד ברעכט (ווי, למשל, „די מוטער קוראַזש און אירע קינדער‟), יודזשין אָניל, און די פֿעמיניסטישע פּיעסע „מיר פֿרויען‟.