„געראַטעוועטע אוצרות‟: ייִדישע מוזיק פֿון בערלין

Rescued Treasure: Jewish Music from Berlin

דער „זמר־אַנסאַמבל‟. ערשטער ריי: לאָרין סקלאַמבערג, מאַרטין ליליך און פּאָל בראָדי. צווייטער ריי: פֿאַביאַן שנעדלער, מאַרק קאָוונאַצקי, אַלען בערן, סאַשע לוריא און דניאל קאַהן.
דער „זמר־אַנסאַמבל‟. ערשטער ריי: לאָרין סקלאַמבערג, מאַרטין ליליך און פּאָל בראָדי. צווייטער ריי: פֿאַביאַן שנעדלער, מאַרק קאָוונאַצקי, אַלען בערן, סאַשע לוריא און דניאל קאַהן.

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published July 29, 2016, issue of August 29, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

ווילי ראָזענס ליד Im Gasthof zur Goldenen Schnecke (אין דער קרעטשמע „דער גאָלדענער שנעק‟), וואָס דער קאַבערעט־זינגער האָט אַליין קאָמפּאָנירט, ווערט פּרעכטיק געזונגען דורך פֿאַביאַן שענדלער, סאַשע לוריא און לאָרין סקלאַמבערג. פֿונעם פֿריילעכן טאָן וואָלט מען קיינמאָל זיך ניט פֿאָרגעשטעלט, אַז ראָזען האָט עס רעקאָרדירט אין דעם קעלער פֿון אַ בערלינער שיל אין 1935 פֿאַר דער ייִדישער פּלאַטע־פֿירמע Lukraphon, ווײַל דער אַמאָליקער פּאָפּ־שטערן האָט, צוליב זײַן ייִדישן אָפּשטאַם, מער ניט געקענט רעקאָרדירן אין קיין געהעריקן סטודיאָ. די נײַע רעקאָרדירונג, אַזוי ווי ראָזענס אָריגינעלער נוסח, ווײַזט ניט אַרויס קיין סימנים פֿונעם מצבֿ, אין וועלכן מע האָט עס לכתּחילה רעקאָרדירט, שוין אָפּגערעדט פֿונעם טראַגישן גורל פֿונעם מחבר.

נאָך אַ ליד אויפֿן אַלבאָם פֿון אַ געוועזענער דײַטשישער „פּאָפּ‟־זינגערין איז סאַשע לוריאס מײַסטערישע אויספֿירונג פֿון דאָראַ גערסאָנס Die Welt Ist Klein Geworden (די וועלט איז קליין געוואָרן). די געוועזענע פֿילם־שטערן און קאַבערעט־זינגערין האָט תּחילת געזונגען דאָס ליד בעת דער זעלביקער רעקאָרדיר־סעסיע אינעם קעלער פֿון אַ בערלינער שיל, אין וועלכער ווילי ראָזען האָט פֿאָרגעשטעלט זײַן קאַבערעט־ליד וועגן דעם „גאָלדענעם שנעק‟. דאָס ליד, מיט ווערטער פֿון פֿרעד ענדריקאַט, איז געווען מער פּאַסיק פֿאַר די טראַגישע אומשטענדן אין וועלכע מע האָט עס רעקאָרדירט ווי ראָזענס. עס דערציילט וועגן דעם פּאַראַדאָקס, אַז אין דער זעלביקער צײַט וואָס מע קען פֿליִען אַרום דער וועלט און רעדן מיט מענטשן אויף אַלע קאָנטינענטן, ווערט די מענטשהייט וואָס בייזער און די אומפֿאַרשטענדענישן וואָס גרעסער. לוריאס נוסח שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם פּאַטאָס, פּײַן און דעם ווידערשטאַנד קעגן די פּאָליטישע ווירקלעכקייטן, וואָס מע הערט אינעם אָריגינאַל. גערסאָן האָט געטראָפֿן דעם זעלביקן גורל ווי ראָזען: זי, איר מאַן און צוויי קינדער זענען דערמאָרדעט געוואָרן אין אוישוויץ אין 1943.

צווישן די פֿינף ייִדיש־שפּראַכיקע לידער אויפֿן אַלבאָם געפֿינט מען אַ ריי סטילן און זשאַנערס. „שלום־בית‟, למשל, איז אַ שוואַרצע קאָמעדיע־שטיקל פֿאָרגעשטעלט ווי אַ דיאַלאָג געזונגען דורך דניאל קאַהן און סאַשע לוריא. דאָס ליד, לכתּחילה רעקאָרדירט דורך די ייִדיש־שפּראַכיקע בערלינער קאַבערעט־שטערן (און פּאָרפֿאָלק) אסתּר און יעקבֿ מאָשקאָוויץ פֿאַר „זמר‟ אין 1931, דערציילט פֿון אַ מאַן־און־ווײַב, וואָס קריגט זיך און בעט זיך איבער. דאָס שונד־שטיקל, אויף אַ היימישן פּוילישן ייִדיש, געפֿעפֿערט מיט אַבסורדישע שטראַשונקעס וועגן זעלבסטמאָרד און קללות, איז אַ חנעוודיקער זכר פֿון אַ כּמעט־פֿאַרגעסענער קאַבערעט־טראַדיציע אויף ייִדיש.

זייער אַנדערש איז דאָס פֿאָלקסליד „דאָס קינד ליגט אין וויגעלע‟ וועגן אַ נאָר־וואָס געשטאָרבענער מאַמע. די אומגעוויינטלעכע אַראַנזשירונג פֿונעם אָריגינאַל, וואָס עס האָט רעקאָרדירט שמעון בערקאָוויץ אין 1931, איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן דורכן „זמר־אַנסאַמבל‟ אינעם רירנדיקסטן ליד אויפֿן נײַעם אַלבאָם. געזונגען פֿון אַלע זינגער, סײַ איינציקווײַז, סײַ בציבור און מיט אַ מוזיקאַלישער באַגלייטונג וואָס מישט צונויף אַ טראַדיציאָנעלן סטיל מיט „ראָק‟־מוזיק — און אַן אויסערגעוויינטלעכן טרומייט־סאָלאָ פֿון פּאָל בראָדי, שיידט זיך דאָס ליד אונטער מער ווי אַלע אַנדערע פֿון זײַן אָריגינעלן נוסח.

„ס׳איז אַ מער הײַנטצײַטיקער אופֿן אויסצודריקן ייִאוש‟, האָט בערן דערקלערט וועגן דעם נײַעם נוסח פֿון „דאָס קינד ליגט אין וויגעלע‟. „געוויסע לידער האָבן מיר פֿאָרגעשטעלט כּמעט אַזוי ווי אין דער אָריגינעלער רעקאָרדירונג, אַנדערע זענען גאַנץ אַנדערש. אויב אַלע לידער קלינגען די זעלביקע ווי פֿריִער, איז עס ניט כּדאַי צו שאַפֿן נײַע נסוחאָות. אויב די אַלע רעקאָרדירונגען זענען אָבער גאַנץ אַנדערש, איז עס בכלל ניט כּדאַי זיי ווידער צו רעקאָרדירן. ס׳איז אַ דיאַלאָג צווישן דער פֿאַרגאַנגענהייט און דער צוקונפֿט, צווישן באַזונדערע צוגאַנגען וואָס רעדן איינער מיטן אַנדערן‟.

עס ווײַזט זיך אַרויס אַז פּונקט אַזאַ דיאַלאָג איז זייער פּאָפּולער בײַם הײַנטיקן עולם: דער אַלבאָם Rescued Treasure האָט זיך לעצטנס באַוויזן אויף דער ליסטע פֿון די סאַמע פּאָפּולערסטע רעקאָדירונגען אין אייראָפּע אין דער קאַטעגאָריע „וועלט־מוזיק‟.