קאָן אַנאַליז פֿון מײַן „די־ען־איי‟ באַשטעטיקן „טערקיש‟־טעאָריע?

Could Analyzing My DNA Verify the "Turkish Theory"?

דער גענעטיקער ערן אלחייק
דער גענעטיקער ערן אלחייק

פֿון דוד־יודל וואַלעצקי

Published August 19, 2016, issue of August 29, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

פּונקט װי די הױפּט אינפֿאָרמאַנטן פֿון עלהאַיִקס שטודיע (מאַרץ 2016), האָב איך פֿיר ייִדיש־רעדנדיקע באָבע־זײדעס. איז מײַן הינטערגרונט אַזױ אַנדערש פֿון אַלע אַנדערע ייִדיש־רעדערס אַז עס רוקט מײַן הײמלאַנד אױף אַזױ װײַט אין דער ריכטונג פֿון מצרים? אָדער (װי עלהאַיִקס קעגנערס האַלטן) איז דער GPS־אַלגאָריטעם אין גאַנצן אַ געלעכערטער? אָדער נאָך ערגער, האָט עלהאַיִק זיך „געפּאַטשקעט‟ מיט זײַנע אײגענע רעזולטאַטן, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן װעקלערס נײַע טעאָריע?

די פּראָבלעמען מיט עלהאַיִקס אַרבעט הייסן נישט, אַז די כאַזאַרישע טעזע האָט אין גאַנצן נישט ווערט. עס זענען דאָ עטלעכע באַװײַזן פֿון כאַזאַרישע „די־ען־אײ‟ אין געוויסע הײַנטיקע אַשכּנזישע ייִדן. עלהאַיִק און װעקסלער האָבן פּשוט נישט פּובליקירט קיין פּרטים, וואָס שטיצן זײער אײגענע אױסטערלישע לינגװיסטישע טעאָריע.

װי די אַנטדעקונג פֿון כאַזאַרישע מטבעות אין אַ װיקינגישע אוצרות האָבן אָנגעװיזן, זענען פֿאַראַן גוטע סיבות צו גלײבן די מעשׂיות פֿון מיטל־עלטערישע קװאַלן װאָס זאָגן אַז די קעניגליכע משפּחה האָט זיך מגײר געװען אין אַכטן יאָרהונדערט. הײַיאָר האָט די כינעזישע רעגירונג אַנאָנסירט די רעזולטאַטן פֿון אַן אױסגראָבונג פֿון אַלטע קבֿרים פֿון דער „שי‟־דינאַסטיע, װאָס מע האַלט, אַז זײ זענען די אָפּשטאַמלינגען פֿון דער זעלבער „אַשינאַ‟־דינאַסטיע װאָס האָט באַהערשט כאַזאַריע. די כינעזער האָבן אַנטדעקט, אַז די דאָרט־באַגראָבענע קערפּערס האָבן אין זיך די זעלבע מוטאַציע (באַקאַנט װי R1A-Z93), װאָס מע געפֿינט בײַ אַ העלפֿט פֿון אַלע אַשכּנזישע לװײם הײַנט צו טאָג. מע געפֿינט די מוטאַציע אױך בײַ די באַשקיר־טערקן, אינדיאַנער און אַראַבער.

װאָס מײנט דאָס בנוגע דער פֿראַגע פֿון ייִדישן אָפּשטאַם? ייִדן זענען נישט קיין אָפּשטאַמלינגען פֿון קײן איין־און־אײנציקער גרופּע. אַפֿילו דאָס פֿאַרצײַטיקע ישׂראל איז געװען אַ געמיש פֿון פֿעלקער, לױט דעם תּנ״ך און די גענעטישע מאַטעריאַלן פֿון הײַנטיקע סאַמאַרישער ייִדן. ייִדישע קהילות פֿון אינדיע ביז איטאַליע האָבן זיך אויפֿגעפֿירט זייער ענלעך, װאָס מע קען דערשפּירן אין אונדזערע אײגענע גענעס: ס’רובֿ מיטל־מיזרחדיקע מענער האָבן געהאַט קינדער מיט לאָקאַלע פֿרױען; דערנאָך האָבן זײערע קינדער חתונה געהאַט מערסטנס צװישן זײער אייגענער קהילה אָדער מיט ייִדן פֿון אַנדערע לענדער.

עס איז טאַקע פֿאַראַן אַ קלײנער, אָבער װיכטיקער כאַזאַרישער עלעמענט אין ייִדישן אָפּשטאַם, אָבער ער איז אַ סך װײניקער װי דער מיטל־מיזרחדיקער עלעמענט. עס איז דאָ אַ סלאַװישער אײַנפֿלוס אױף מיזרח־ייִדיש, אָבער דאָס רוקט נישט איבער דעם אָפּשטאַם פֿון מערבֿ־ייִדיש און אירע אָפּשטאַמיקע שפּראַכן, צענטראַל־ און מיזרח־ייִדיש. כּמעט אַלע ייִדן שטאַמען פֿון אוראַלטע אײַנװױנערס פֿון ארץ־ישׂראל (װאָס זענען אַלײן געװען אַ געמיש פֿון עלטערע מיטל־מיזרחדיקע פֿעלקער), אָבער נאָר אַ העלפֿט פֿון אונדזער „די־ען־אײ‟ קומט פֿון די דאָזיקע אָבֿות.

דער אײנציקער שׂכלדיקער אױספֿיר פֿון דער פֿאָרשאַרבעט פֿון דער גענעטישער גענעאַלאָגיע ביז הײַנט איז אַ פּשוטער, װאָס װעט נישט געפֿעלן נישט די כאַזאַרישע רעװיזיאָניסטן און נישט די ייִדישע שאָװיניסטן. אי די ייִדישע גענעס אי די ייִדישע שפּראַכן זענען בײדע אַרויסגעוואַקסן פֿון דער „חתונה‟ צװישן מיטל־מיזרחדיקע און לאָקאַלע קולטורן אין ענלעכע מאָסן. אַשכּנזים, פּונקט װי די ייִדישע שפּראַך, נעמען אַרײַן עלעמענטן אי פֿון אונדזערע פֿאַרצײַטיקע ישׂראלדיקע אָבֿות, אי פֿון די אײראָפּעיִשע, אַזיאַטישע, און אַפֿריקאַנער אָבֿות, װאָס זענען אַרײַנגעקומען אין דער קהילה במשך פֿון די לעצטע צװײ טױזנט יאָר.