אַשכּנזישע ייִדן — אַ נײַער באַדײַט

Ashkenazi Jews – A New Definition

Yehuda Blum

פֿון דניאל גלאַי

Published December 02, 2016, issue of December 28, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די הײַנטצײַטיקע ייִדישע אידענטיטעט, אין ברייטסטן זין פֿון וואָרט, שטייט אויף די דרײַ זײַלן: רעליגיע, חורבן און מדינת־ישׂראל. אָבער הײַנט צו טאָג איז עס מער ניט גענוג. עס פֿאָדערט זיך אַ פֿערטע זײַל, פֿונעם זעלבן סטאַטוס, וואָס זאָל דערגאַנצן דאָס וואָס איז במשך פֿון לאַנגע יאָרן ניט גענוג באַטאָנט געוואָרן: די עטנישע אידענ­טיטעט פֿון די פֿאַרשידענע עדות און קהילות פֿון כּלל־ישׂראל. דאָס איז אַ דימענסיע וואָס האָט דערפֿירט צו אַ לאַנגער ריי ייִדישע שפּראַכן (ניט ווייניקער ווי 16!), און באַרײַכערט די ייִדישע געשיכטע, לעבן־שטייגער, פֿאָלקס־שאַפֿונג און פֿאָלקלאָר. דאָס טראָגט אַ חשיבֿות דווקא אין אַ תּקופֿה ווען עס צעפֿאַלט זיך די טראַדיציאָנעלע — ניט דווקא רעליגיעזע — ייִדישע אידענטיטעט.

פֿיל מעלות קאָן האָבן דאָס באַנוצן זיך, למשל, מיט אַ נײַער דעפֿיניציע פֿון אַשכּנז. ייִדן אין אַמעריקע, למשל: ווי אַזוי ווערן זיי באַ­טראַכט? ווי אַ רעליגיע. דאָס איז קלאָר, אָבער ניט אַלע אַמע­ריקאַנער ייִדן זענען רעליגיעזע. אַ נאַציאָ­נאַלע מינדערהייט? ס׳איז ריכטיק, אָבער דאָס וואָרט „נאַציאָנאַלע‟ איז אין דעם פֿאַל ניט תּמיד באַ­קוועם. גלות? צי פֿילן זיך די ייִדן ווי ייִדן אין גלות־אַמעריקע? שווער צו זאָגן. אַ תפֿוצה צווישן תּפֿוצות? ווידער איז עס ריכטיק, אָבער ייִדן אין אַמעריקע — ווי אויך אין אַנדערע ערטער, פֿאַר­שטענדלעך, פֿילן זיך ניט ווי תּפֿוצהניקעס. קומט אויס, אַז צווישן די אַלע אויבנדערמאָנטע באַגריפֿן, איז דווקא דער טערמין „עטנישע מינדערהייט‟ מסתּמא דער סאַמע געראָטענער. ס׳איז פֿאַראַן די אויסערלעכע פּערספּעקטיוו פֿון די ניט־ייִדן און די אינערלעכע פֿון אונדזערע כּשרע ייִדן, אָבער „עטנישע מינדערהייט‟ איז פּאַסיק פֿאַר ביידע קוקווינקלען.

נאָר לאָמיר ניט פֿאַרגעסן אַז דער מענטש אין זײַן טאָגטעלעכקייט לעבט ניט מיט גלאָבאַלע דעפֿיניציעס; ער לעבט מיט זײַן דאָיִקייט וואָס ער וויל זי בעסער פֿאַרשטיין און פֿאַרבעסערן. לאָמיר צוגעבן אַז די עטנישע קאָנצעפּציע איז אַ מער גינציקע כּדי צו שאַפֿן קולטורעלע בריקן מיט אַנדערע ניט־ייִדישע געזעלשאַפֿטן. עס איז אַ ברייטער, גײַסטיקער באַגריף, ניט דווקא אַ געאָגראַפֿישער, וואָס קאָן העלפֿן לעבן בשלום מיט זיך אַליין און אויך אַנטוויקלען די רײַכע ייִדישע אייגנאַרטיקייטן.

אַלטע ווערטער באַקומען נײַע באַטײַטן. ס׳געשעט אָפֿט און ס׳איז לחלוטין פֿאַרשטענדלעך, ווײַל די ווירקלעכקייט אַליין בײַט זיך כּסדר. דעריבער רײַסט זיך די ווירקלעכקייט אַרײַן אין אַן אַלט און באַקאַנט וואָרט, און ענדערט זײַן תּוכן כּדי צו זײַן מער פֿונקציאָנעל און דינען די רעדנערס פֿון אַ געוויסער שפּראַך.

דאָס מאָל האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט אויף „אַשכּנז‟, וואָס איז ניט סתּם אַ וואָרט, נאָר אַ וועלט פֿאַר זיך. די עטנישע ייִדישע אידענטיטעט דאַרף אַוודאי ניט אויפֿן חשבֿון פון די אַנדערע גוט באַקאַנטע אידענטיטעט־פֿאָקוסן — רעליגיע, חורבֿן און ישׂראל. פֿון דעסטוועגן, מוז מען זי הײַנט אונטערשטרײַכן ווי געהעריק, ווײַל ייִדן נייטיקן זיך אין איר און דאָס קאָן נאָר פֿאַרשטאַרקן די אַנדערע גוט איינגעפֿונדעוועטע זײַלן און איבערלעבונגען. די ייִדישע קהילות דאַרפֿן אָנהייבן אויפֿקלערן פֿאַר זיך אַליין און פֿאַר אַנדערע, ווער זיי זענען און ווי אַזוי ווילן זיי אויספֿורעמען זייער צוקונפֿט.