אין וואָס באַשטייט מײַן ייִדישקייט?

What Kind of Judaism Do I Practice?

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published December 15, 2016, issue of December 28, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

צוריק צו מײַן ייִדישקייט. יעדן פֿאַר פּסח, פֿלעג איך נעמען די סטודענטן קיין באָראָ־פּאַרק, אין אַ שמורה־מצה פֿאַבריק, זיי זאָלן זען ווי עס ווערן אויסגעאַרבעט שמורה מצות, ווי פֿרויען וואַלגערן דאָס טײג, ווי מ’היט שטאַרק אָפּ דאָס כּשרות און ווי מ’רוקט עס אַרײַן אין אויוון. דער אָפּצאָל פֿאַר שמורה־מצה איז געווען טאָפּלט, זייער טײַער.

מײַנע סטודענטן האָבן אויך בײַ מיר גענאָסן פֿון אַ באַזוך אין אַ געשעפֿט ווו יונגע חסידישע יונגעלײַט האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט מזוזות און תּפֿילין. מען האָט אונדז אָנגעשטאָפּט די קעפּ אַז לויטן ייִדישן דין מוז מען האַלטן אַן אויג אויף מזוזות וואָס זײַנען עלטער פֿון זיבן יאָר. דער עיקר, אויב חלילה עס פּאַסירט אַן אומגליק אין הויזגעזינד פֿון פֿרומע ייִדן, מוז מען קודם אַדורכקוקן די מזוזה, עס זאָל זיך חלילה נישט אויסרײַבן אַן אות, אַ שטייגער, דער דלת זאָל זיך חלילה נישט פֿאַרוואַנדלען אין אַ ריש.

איך האָב מײַנע חבֿרה אויך געשלעפּט יעדן סעמעסטער ווײַזן ווי אַ מיקווה זעט אויס, סײַ פֿאַר פֿרויען און סײַ פֿאַר מענער; זיי באַקענט מיט דער טוקערין און זי האָט אונדז דערציילט ווען אַ ייִדישע פֿרוי מוז זיך באַנוצן מיט דער מקווה.

אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן, האָב איך די חבֿרה סטודענטן גענומען אין דער פֿאָלקסבינע, אין ייִדישן טעאַטער. מיר האָבן אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין דער רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס‟ און אין ייִוואָ, וווּ די הויפּט ביבליאָטיקאַרשע, יבֿיבֿה אַסטרינסקי, האָט אונדז געוויזן דעם עזבֿון פֿון ייִוואָס קאָלעקציעס און דערציילט אַז דער ייִוואָ אַנטהאַלט די גרעסטע זאַמלונג פֿון ייִדישע ביכער און אַלטע ספֿרים אין דער וועלט, מיט אַ ריזיקער זאַמלונג פֿון ליטעראַרישע, וויסנשאַפֿטלעכע, פילאָסאָפֿישע, טעכנישע און קינסטלערישע איבערזעצונגען פֿון פֿרעמדע שפּראַכן אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט אַ גרויסע קאָלעקציע פֿון יזכּור־ביכער.

אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן האָבן מיר אויך אָרגאַניזירט אין קאָלומביע אַ „כּמו ייִדישע חתונה‟. צווישן די סטודענטן האָט מען אויסגעקליבן אַ כּמו־חתן מיט אַ כּמו־כּלה, זי באַקליידט אין אַ ווײַסער חופּה־קלייד, מיר זײַנען אַלע אַוועק אין גרויסן זאַל פֿון „דזשאַן דזשעי קאַלעדזש‟ בנין אויפֿן קעמפּוס און דאָרט געפּראַוועט די פֿריילעכע כּמו־חתונה, מיט אַן אמתדיקער חופּה, אמתדיקע כּלי־זמר, גלאַט כּשר עסן, מיט אַ בדחן וואָס האָט באַזינגען די כּלה אויף ייִדיש, און אונדזער ליובאַוויטשער רבֿ פֿון קאָלומביע אוניווערסיטעט האָט אויסגעפֿירט די כּמו־חתונה. פֿאַרשטייט זיך, אַז צווישן מײַנע סטודענטן האָבן זיך געפֿונען נישט־ייִדן אויך, און זיי האָבן אויך אַנטײל גענומען.

מיר האָבן אָרגאַניזירט אַ ייִדיש־טעאַטראַלע נאַכט אויפֿן קעמפּוס, און אײַנגעלאַדן די באַרימטע ייִדישע אַקטריסעס מינאַ בערן און רײזל באָזשיק אויפֿצוטרעטן מיט זייער רעפּערטואַר.