אין וואָס באַשטייט מײַן ייִדישקייט?

What Kind of Judaism Do I Practice?

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published December 15, 2016, issue of December 28, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

איך האָב אויסגעכאָוועט צווישן מײַנע סטודענטן לערער פֿון ייִדיש, ייִדישער געשיכטע און ייִדישער קולטור, וועלכע לערנען הײַנט איבער דער גאַנצער וועלט, צווישן זיי — אויך אַ דײַטשע סטודענטקע מײַנע, קריינדל  (Cornelia) מאַרטין, נישט קיין ייִדישע, וואָס לערנט שוין יאָרן לאַנג ייִדיש אין פּאָטסדאַמער אוניווערסיטעט אין דײַטשלאַנד. אַן אַנדער נישט־ייִדישע סטודענטקע ברכה (Brook) וואַלער פֿון טעקסאַס שיקט מיר אַ בליצפּאָסט:

„שוין אַ לאַנגע צײַט ווי מיר האָבן זיך נישט איבערגעשריבן. לעצטנס טראַכט איך פֿון דיר מרים, ווײַל איך האָב געמאַכט אַן אַפּליקאַציע אויף צו זײַן אַן אַסיסטענטקע אין אַ ייִדיש־קלאַס אין עמאָרי קאַלעדזש. איך ענדיק אַרויס מײַן דאָקטאָראַט אין פֿילאָסאָפֿיע אין עמאָרי, איך בין אַ דיפּלאָמירטע אַדוואָקאַט און כ’בין אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מעדיצינישער עטיק, אָבער ווי נאָר איך האָב דערזען די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין, מרים אודעל, אין עמאָרי וואָס נויטיקט זיך אין אַן אַסיסטענט אין איר ייִדיש־קלאַס, האָב איך באַלד געמאַכט אַן אַפּליקאַציע. איך קען נאָך אַלץ נישט פֿאַרגעסן דײַנע ייִדיש־קלאַסן אין קאָלומביע… דײַן ברכה וואַלער.‟

אַ צאָל פֿון מײַנע תּלמידים זײַנען געוואָרן פֿרום. מיט אַ צײַט צוריק, זיץ איך אין אַ שיל וווּ מ’באַוויינט דעם טויט פֿון מײַנעם אַ גוטן פֿרײַנד. נאָכן יזכּור קומט צו לויפֿן אַ חבֿרהמאַן פֿון דער בימה, כאַפּט מיך אַרום און שרײַט: „איר געדענקט מיך נישט? איך האָב זיך בײַ אײַך געלערנט און געוואָרן אַ קאָנסערוואַטיווער ראַבינער אין סקאַרסדיילער שיל.‟

וווּ נאָר איך טאַפּ אָן דעם דופֿק פֿון אַ ייִדישער פּראָגראַם ערגעץ וווּ איבער דער נעץ, אין געוועב, דערקען איך מײַנע סטודענטן און זיי דערקענען מיך.

 איינער פֿון מײַנע לעצטע קלאַסן אין קאָלומביע אין יאָר 2014־2015, איז באַשטאַנען פֿון 80 סטודענטן, און איבער 20 אין די אָנהייבער־ און מיטעלע קלאַסן.

דאָס אַלץ האָב איך געטאָן צוליב מײַן ליבשאַפֿט צו ייִדיש, צו ייִדישקייט און צום עם־ישׂראל.

איז לאָמיך אײַך דערציילן אין וואָס באַשטייט הײַנט מײַן ייִדישקייט אַז אין שיל גיי איך נישט, און דאַווענען דאַוון איך נישט, און איך טראָג הויזן, און בלוזקעס אָן אַרבל. ווען ס’האַנדלט זיך וועגן אַ יופּקע, צייל איך נישט וויפֿל אינטשעס זי דאַרף זײַן אונטער די קני, נאָר ווען איך כאַפּ זיך אַרײַן אין שיל אַמאָל, און ווער פֿאַרבלענדט פֿון די ווײַבערשע פֿינגער און העלדזער וואָס פֿינקלען מיט דימאַנטן און בריליאַנטן, און נאָך יעדן קידוש פֿון אַ בר־מצווה־בחורל, סערווירט מען סושי און מוגוגײַפּען מיט קאַבוקי דע לאַקס, ווער איך שיעור נישט דערשטיקט. שווער פֿאַר מיר אָפּצוהיטן ייִדישקייט לויטן דין, אָבער ס’האָט מיר גאָנישט געשאַט אויסצוכאָווען מײַנע סטודענטן אין ייִדיש און אין ייִדישלעכן גײַסט.