ערבֿ־רבֿ אין וואָיסלאַוויץ — און אין אונדז

The Mixed Multitude in Wojslawice – And in Us

Yehuda Blum

פֿון ברכה פֿינקעלשטײן

Published February 09, 2017, issue of February 23, 2017.

(די 5 טע זײַט פֿון 5)

די געשיכטע האָט זיך אָבער נישט אַזוי שנעל געענדיקט. דעם בית־דינס פּסק צו באַפֿרײַען משה בן־חיים פֿון שולד האָט שטאַרק אויפֿגעבראַכט אַן אָנגעזעענעם רבֿ, ר׳ יאַנקל פּאָלאַק. „די בושה וחרפּה פֿון דער ייִדישער טאָכטער שרײַט אין די הימלען,‟ האָט ער געשריבן.

פֿון דעסטוועגן האָט דער וואָיסלאַוויצער בית־דין אונטערגעהאַלטן משה בן־חיימס באַפֿרײַען פֿון שולד. דער אומגעטרײַער מאַן האָט אָפּגעגט זײַן ערשט ווײַב, טענהנדיק אַז זי אין טראָגעדיק געוואָרן בײַ אַ ליטווישן פּרינץ. ער איז דערלויבט געוואָרן צו בלײַבן אין וואָיסלאַוויץ מיט הרבֿ שלמה קונעמוסעס טאָכטער.

אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿײַנטלעכן אינערלעכן קאַמף צווישן די ייִדן אין וואָיסלאַוויץ, זעט די שפּאַנונג צווישן ייִדן און גויים אין „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויס ווי אַ קינדערשפּיל.

אַ פֿראַנקיסטישער עכאָ אין אַ ניו־דזשערזי שיל

איינער פֿון די מתפּללים אין דער שיל פֿון מײַנע עלטערן איז טאַקע אַ וואָיסלאַוויצער ייִד. ער איז איינער פֿון די חורבן־געליטענע וואָס האָט כּמעט אַלץ פֿאַרלוירן, און פֿאָרט איז ער געוואָרן אַ רײַכער בויער. ער איז איצט אַ ייִד אין די נײַנציקער, צום באַדויערן, צו עובֿר־בטל צו רעדן מיט מיר. איך האָב געשמועסט אַ ביסל מיט זײַן זון איין שבת אין דער פֿרי דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער.

„מײַן טאַטנס אַ שוועסטער, מײַן מומע חנה, האָט שטילערהייט געגלייבט אין יעזוסן,‟ האָט ער מיר דערציילט.

ווײַזט אויס, אַז מײַן טאַטע האָט געוווּסט פֿון וואָס ער רעדט ווען ער האָט די וואָיסלאַוויצער ייִדן גערופֿן משומדים. פֿאַרשטייט זיך — נישט אַלע וואָיסלאָוויצער, אָבער זיכער אַ באַטײַטיקער מינאָריטעט. און נישט נאָר משומדים אָבער, אַזוי ווי מאַסיעקאָ זאָגט, אָפּשטאַמיקע פֿון דעם ערבֿ רבֿ — די ייִדן וואָס האָט באַגלייט בני־ישׂראל אין יציאת־מצרים, כאָטש זיי האָבן פֿײַנט געהאַט משה רבינו. די וואָיסלאַוויצער רבנים האָבן געטענהט אַז אַן „ערב רבֿ־גענע‟, וואָס איז פֿײַנטלעך צו דער רבנישער אויטאָריטעט, וועט שטענדיק בלײַבן אין די נשמות פֿון געוויסע וואָיסלאַוויצער ייִדן.

די פֿראַנקיסטן האָבן, אַגבֿ, באַצייכנט דווקא די רבנים ווי ערבֿ־רבֿ.

דער קאַמף צווישן די פֿראַנקיסטן און די רבנים איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַזאַ מיאוסן מחלוקת, אַז קיין וואָיסלאָוויצער ייִד האָט נישט געקאָנט מנצח זײַן.