פֿלאָרידע: אַ שמאַלצגרוב פֿון מענער? (קאַפּיטל 2)

Florida: A Gold Mine for Women (Chapter II)

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published April 06, 2017, issue of April 27, 2017.

(די 6 טע זײַט פֿון 7)

כ׳האָב זיך געפֿילט שולדיק. „ווי האָב איך געקענט זײַן אַזאַ שלימזלניצע, אַזוי אומגעלומפּערט? איך וועל אים געפֿינען,“ האָב איך געזאָגט, טראַכטנדיק, אַז איך דאַרף גיין אונטערן טיש אויסזוכן דעם טאַבלעט, כאָטש דאָס וואָלט מיך געעקלט, אָבער אפֿשר איז דאָס פֿאָרט אַ לעבנסוויכטיקע זאַך? נאָך דאָס פֿעלט מיר, אַז ער זאָל דאָ פֿאַר מײַנע אויגן האָבן אַ האַרץ־אַטאַק. „ניין, ניין, מע דאַרף נישט,‟ האָט ער מיך באַרויִקט. „כ׳האָב נאָך אין דער היים.“

זעענדיק אַז ס׳איז נישטאָ מער וואָס צו עסן, האָב איך אים געוואָלט זאָגן אַז מיר זאָלן גיין, אָבער דאָ האָב איך זיך געפֿונען אין אַן אמתן קלעם. ער וועט מוזן פֿירן אַנדערטהאַלבן שעה טראָגנדיק ברילן מיט נאָר איין לינדז, און נאָכן נישט האָבן אײַנגענומען דעם האַרץ־טאַבלעט, ווער ווײסט וואָס ס׳קען נאָך געשען.

אין דעם מאָמענט איז די קעלנערין צוגעקומען, גיך באַקוקט סענדערן און דעם איבערקערעניש אויפֿן טיש, און מיך העפֿלעך געפֿרעגט צי אפֿשר וויל איך נאָך עפּעס, ווײַל זי האָט מסתּמא באַמערקט אַז ביידע טעלערס און גלעזער ליגן פֿאַר אים.

כ׳האָב געעפֿנט דאָס מויל צו ענטפֿערן, אָבער סענדער האָט גלײַך אויסגערופֿן: „אַ גרויסן דאַנק! אַלץ איז געווען זייער געשמאַק.“

„גוט, וועל איך ברענגען דעם חשבון.“

אין סענדערס אויגן האָב איך דערזען אַ פּאַניק.

„וואָס איז דער מער?“ האָב איך אים געפֿרעגט.

„גאָרנישט,“ האָט ער געענטפֿערט מיט אַ דינעם קול, אַרויסנעמענדיק דעם טײַסטער. זוכנדיק דורך זײַנע קרעדיט־קאַרטלעך האָט ער צו זיך געשעפּטעט: „וועלעכס קאַרטל? הממם…“ ווען די קעלנערין איז צוריקגעקומען האָט ער פֿאַרמאַכט די אויגן און אויסגעקליבן איינס פֿון די דרײַ און עס איר געגעבן, געשמייכלט אַ ביסל און געזאָגט: „האָפֿנטלעך וועט עס טויגן.“ איך האָב זיך פּשוט געשעמט, פֿאַר אים מער ווי פֿאַר זיך. נעבעך, אַ שלימזל מיט אַ גוט האַרץ…

„דאגה נישט, סענדער. איך האָב געלט. איך וועל באָצאָלן.“ אָבער ג־ט האָט געהאָלפֿן און מע האָט דאָס קאַרטל אָנגענומען. סענדער האָט טיף אָפּגעזיפֿצט, געזאָגט: „ברוך השם‟ און זיך אויפֿגעהויבן צו גיין. קיין טרינקגעלט האָט ער נישט איבערגעלאָזט, האָב איך אים געזאָגט ער זאָל גיין צום אויטאָ און איך קום באַלד. נאָך דעם ווי ער איז אַרויס האָב איך דער קעלנערין איבערגעלאָזט עטלעכע דאָלאַר.

כ׳האָב געטראָפֿן סענדערן שטייענדיק בײַם אויטאָ. „ס׳איז אַ שיינער טאָג און מע זאָגט אַז נאָכן עסן איז גוט אַרומצוגיין אַ ביסל. זאָלן מיר שפּאַצירן? טעלעפֿאָניש האָסטו מיר געזאָגט אַז דיר געפֿעלט די נאַטור.“

„וווּ איז דען דאָ נאַטור?“

האָט ער געטײַטלט מיט אַ פֿינגער אויף אַ שמאָלן פּאַס גראָז אויף איין זײַט שאָסיי. דאָס הייסט בײַ אים נאַטור? דרײַ גרעזעלעך? איך דאַרף דען אײַנאָטעמען דעם אַרויסגאַז פֿון די אויטאָס? ס׳האָט זיך מיר אַזוי אויך געמישט אין קאָפּ פֿון נישט עסן און נישט טרינקען און זאָרגן זיך אַז דער סענדער וועט האָבן אַ האַרצאַטאַק אָדער ס׳וועט אים, חלילה, טרעפֿן אַ סיבה פֿאָרנדיק אַנדערטהאַלבן שעה צוריק קיין מיאַמי, זײַענדיק בלינד אויף איין אויג. שוין גענוג! „ניין, סענדער. די בעסטע זאַך איז מיך צו פֿירן צוריק צו דער פֿרײַנדינע.“

מיר זעצן זיך אַרײַן אין אויטאָ, ער צינדט אָן דעם מאָטאָר, קוקט גלײַך פֿאָרויס, האַלט די לינקע האַנט אויפֿן קערעווער און טאַפּט, טאַפּט בלינדערהייט מיט דער רעכטער האַנט. „וואָס טוסטו, סענדער? וואָס זוכסטו?“ 

„איך וויל האַלטן דײַן האַנט, חנהלע מײַנס.“