”נאָזהאָרן“ בײַם ”ניו־ייִדיש־רעפּ“

"Rhinocerous" at the New Yiddish Rep

Pedro Hernandez

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published September 17, 2017, issue of August 25, 2017.

שוין עטלעכע יאָר אַרבעטן דוד מאַנדעלבאַום, דער דירעקטאָר פֿונעם ”נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער“ און זײַן אָפֿטער מיטאַרבעטער, דער רעזשיסאָר און לאַנגיאָריקער וועטאַראַן פֿון דער ייִדישער און רומענישער בינע משה יאַסור, אויף גאָר אַ שווערער עובֿדה. די צוויי אומדערמידלעכע בינע־קינסטלער פּרובירן ניט מער און ניט ווייניקער ווי צו רעקרוטירן און טרענירן אַ גרופּע יונגע ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן, זיי זאָלן קענען צוזאַמענשפּילן ווי אַ געראָטענע טרופּע.

מער ווי אין אַלע פֿריִערדיקע פּראָדוקציעס פֿונעם ”ניו־ייִדיש־רעפּ“ האָב איך געפֿילט בײַם קוקן די נײַע ייִדישע פֿאָרשטעלונג פֿון עזשען יאָנעסקוס דראַמע ”נאָזהאָרן“ אַז ס׳איז זיי טאַקע געלונגען. מע זעט אין איר דעם קערן פֿון אַ טרופּע אַקטיאָרן, וואָס רעדן אַ נאַטירלעכן ייִדיש און קענען שפּילן צוזאַמען אויף אַ פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ. אין דער זעלביקער צײַט איז די פּיעסע אַליין אָבער, ווי אַ ליטעראַריש ווערק, די שוואַכסטע וואָס די ”ניו־ייִדיש־רעפּ“ האָט אַמאָל פֿאָרגעשטעלט.

דער דראַמאַטורג און פּאָעט עזשען יאָנעסקו איז אויפֿגעוואַקסן אין רומעניע בײַ אַ קריסטלעכער משפּחה מיט ספֿרדיש־ייִדישע וואָרצלען. אַזוי ווי דער אירלענדישער דראַמאַטורג סעמיועל בעקעט, וועמענס ”וואַרטן אויף גאָדאָ“ דער ”ניו־ייִדיש־רעפּ“ האָט פֿאָרגעשטעלט מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָט יאָנעסקו ערשט אָנגעהויבן צו שרײַבן פּיעסעס שפּעט אין לעבן, אין זײַנע 40ער. אויך ווי בעקעט האָט יאָנעסקו אַדאָפּטירט פֿראַנצויזיש ווי די שפּראַך פֿון זײַנע ווערק און געשריבן אַ סך פֿון זיי אין אַ סוררעאַליסטישן סטיל פֿאַרבונדן מיטן פֿראַנצויזישן אַוואַנגאַרד, באַקאַנט ווי ”דער טעאַטער פֿונעם אַבסורד“.

אַ לעבנס־לאַנגער קעגנער פֿונעם פֿאַשיזם, איז יונעסקאָ, ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה אַנטלאָפֿן צוליבן אויפֿקום פֿון דער רומענישער נאַציאָנאַליסטישער באַוועגונג, די ”אײַזערנע גוואַרדיע“, און אָנגעקומען קיין פֿראַנקרײַך. דאָרטן האָט ער ווידער געדאַרפֿט אַנטלויפֿן, דאָס מאָל פֿונעם ווישי־רעזשים, וואָס האָט איבערנומען פּאַריז. זײַנע גרויליקע איבערלעבונגען מיטן פֿאַשיזם ווערן מעטאַפֿאָריש אָפּגעשפּיגלט אין ”נאָזהאָרן“, אין וועלכן דער אויפֿקום פֿון אַ טאָטאַליטאַרן רעזשים ווערט געשילדערט ווי אַ מיסטעריעזע עפּידעמיע, אין וועלכער די אײַנוווינער פֿון אַ פֿראַנצויזישן דאָרף פֿאַרוואַנדלען זיך אין נאָזהאָרנס.

בײַם בראשית פֿון דער מגפֿה, וואָס הייבט זיך אָן מיט אַ נאָזהאָרן וואָס גאַלאָפּירט דורך דער הויפּט־גאַס, אומברעגענדיק דערבײַ אַ קעצל, פֿאַרשטייען ניט די אײַנוווינער וואָס קומט פֿאָר. ”דער לאָגיקער“ (לייזער בורקאָ אין אַ פּערפֿעקט־צוגעפּאַסטער ראָלע) האַלט אין איין פּרובירן צו באַשטעטיקן צי דער נאָזהאָרן איז אַן אַפֿריקאַנער, צי אַן אַזיאַטישער (אַ סאַטירע פֿונעם כּמו־אינטעלעקטועלן ראַסיזם פֿון די 1950ער יאָרן) בעת זײַן חבֿר, ”דער דזשענטלמאַן“ (געשפּילט דורכן באַקאַנטן ישׂראלדיקן אַקטיאָר געראַ סאַנדלער) האַלט אין איין באַוווּנדערן דעם לאָגיקערס ”קלוגשאַפֿט“. די אַנדערע עדות אויפֿן מאָדנעם אינצידענט האָבן אָבער פּשוט מורא און ווייסן ניט וואָס צו טראַכטן.

שפּעטער, ווען מע פֿאַרשטייט שוין אַז די נאָזהאָרנס זענען פֿאַקטיש גילגולים פֿון די מענטשן אינעם דאָרף און אַז מע קען אַליין באַשליסן צי מע וויל יאָ צי נישט זיך אָנצושליסן אין זייערע רייען, הייבן אָן צו ביסלעך אַלע אײַנוווינער זיך צו פֿאַרוואַנדלען אין די חיות. דער לאָגיקער קומט צום אויספֿיר אַז ס׳איז דער לאָגישסטער באַשלוס. אַנדערע לאָזן זיך מגלגול ווערן ווײַל אַזוי האָבן געטאָן זייערע חבֿרים אָדער זיווגים. אַנדערע האָבן פּשוט ליב דעם האַרט־גרינעם הויט פֿון די אויפֿגערעגטע פּאַקאַדערמען.