”נאָזהאָרן“ בײַם ”ניו־ייִדיש־רעפּ“

"Rhinocerous" at the New Yiddish Rep

Pedro Hernandez

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published September 17, 2017, issue of August 25, 2017.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

ניט געקוקט אויף די שוואַכקייטן פֿון דער פּיעסע אַליין, איז פֿאָרט כּדאַי אַז דער ייִדיש־רעדנדיקער עולם זאָל גיין זען די דאָזיקע פּראָדוקציע. קודם איז די איבערזעצונג פֿון אלי ראָזען אַ גלענצנדיקע. רײַך, אידיאָמאַטיש און שאַרף, קען מען אין איר הערן סײַ די בינע־שפּראַך פֿון אַזעלכע מײַסטערס ווי שלום אַש און פּרץ הירשביין, סײַ די לשון־קודשדיקע פֿראַזעס וואָס ראָזען האָט זיך אויסגעלערנט אין זײַן חסידישער יוגנט. אַזוי ווי שיין בייקערס ייִדישן נוסח פֿון בעקעטס ”וואַרטן אויף גאָדאָ“, איז די איבערזעצונג אַ מײַלשטיין אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור. זי טראָגט אין זיך אַן עכטן ייִדישן טעם אָבער קלינגט פֿאָרט ניט־איבערגעטריבן אין אַ פּיעסע וווּ קיינער פֿון די העלדן זענען נישט קיין ייִדן.

ווי דערמאָנט, זענען די אַקטיאָרן וווּנדערלעך, סײַ אין זייערע אייגענע אויפֿטריטן, סײַ ווי אַן אַנסאַמבל. עס שאַט אויך ניט וואָס להיפּוך צו ס׳רובֿ ייִדישע טעאַטערס קען מען בײַ זיי פֿאַרשטיין יעדעס וואָרט. אַחוצן אויסערגעוויינטלעכן אויפֿטריט פֿון לוזער טווערסקי איז ספּעציעל כּדאַי צו דערמאָנען מלכּי גאָלדמאַנס שטילע אָבער עמאָציאָנעל־שטאַרקע ”דייזי“, און אלי ראָזענס שילדערונג פֿונעם אויסגעבלאָזענעם רעפּאָרטער, דשאָן.

אַזוי ווי די פּראָדוקציעס פֿון ”וואַרטן אויף גאָדאָ“ און ”טויט פֿון אַ סיילסמאַן“, געניסט ”נאָזהאָרן“ פֿון אַ סך קנייטשן, וואָס עס האָט איר צוגעגעבן דער טאַלאַנטירטער רעזשיסאָר משה יאַסור. אַ מײַסטער פֿונעם מינימאַליזם, ווייסט יאַסור ווי אַזוי אויסצוניצן שמאָלע ערטער אויף דער בינע, דער עולם זאָל בעסער קענען פֿאַרשטיין די געפֿילן פֿון די העלדן. זײַנע גוט־אויספּלאַנירטע, אָנגעפּאַקטע דעקאָראַציעס גיבן צו צו דער פּראָדוקציע אַ געפֿיל פֿון קלאַוסטראָפֿאָביע, וואָס שטימט גוט מיטן וואַקסנדיקן אומעט פֿון די העלדן.

אויסגעצייכנט זענען אויך געווען די רעקאָרדירטע קלאַנגען, צונויפֿגעשטעלט פֿון דזשעסי פֿרידמאַן. די גאַלאָפּן און געברומען פֿון די נאָזהאָרנס פֿאַרוואַנדלען זיך באַלד אינעם וואָרטשען פֿון אַ פֿאַשיסטישן געדראַנג. אַזוי ווי בײַ די בעסטע שוידער־פֿילמען, זענען די מוראדיקסטע זאַכן אין אָט דער פּראָדוקציע דווקא די, וואָס מע זעט ניט.

בקיצור, מע קען אין דער איצטיקער פֿאָרשטעלונג זען די צוקונפֿט פֿונעם ייִדיש־שפּראַכיקן טעאַטער אין ניו־יאָרק. האָפֿנטלעך וועט דער ”ניו־ייִדיש־רעפּ“ דאָס קומענדיקע מאָל אויסקלײַבן אַ פּיעסע, וואָס איז בעסער צוגעפּאַסט צו זײַנע פֿעיִקייטן.