„דער קליינער פּרינץ‟ — אַ משל פֿאַר ייִדישיסטן

A Yiddishist Take on "The Little Prince"

Elia Fisbein

פֿון טל חבֿר־כיבאָווסקי

Published October 25, 2017, issue of October 27, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

אָביעקטיוו צי סוביעקטיוו ― אין יענעם הייסן דינסטיק האָבן די ייִדישיסטישע קולטור־טוער אין פּאַריז, און איך בתוכם, געשעפּט אַ סך נחת פֿונעם ייִדישן קליינעם פּרינץ. נחת פֿון דער אייגענער קולטור איז אין אַלגעמיין אַ גוטע זאַך. עס דערמוטיקט און באַלוינט די וואָס זײַנען זיך עוסק מיט איר, אי „אויף דער בינע“ אי „הינטער די קוליסן“. אָבער צו פֿיל נחת קען דווקא שאַפֿן אַן אומקריטישע נחת־קולטור און דאָס קען טאַקע שאַטן.

בלויז שעפּן נחת פֿונעם פּראַכטיקן ספּעקטאַקל „דער קליינער פּרינץ“ וואָלט ניט געפּאַסט צום מחברס כּוונה. סאַנט־עקזיפּעריס גאָר פּאָפּולער און קלאַסיש בוך (פּובליקירט אין 1943) איז נישט נאָר אויסן צו געפֿעלן די לייענער ― „די דערוואַקסענע“ אין זײַן לשון ―, נאָר זיי אויך צו קריטיקירן. ווען די פּיעסע ענדיקט זיך מיט דעם נאַראַטאָרס ווערטער אַז „קיין דערוואַקסענער מענטש וועט עס קיין מאָל ניט פֿאַרשטיין“, שטעלט זיך באַלד די פֿראַגע: וואָס האָט מען אייגנטלעך געדאַרפֿט דאָ פֿאַרשטיין? וואָס איז די קריטיק פֿונעם קליינעם פּרינץ און פֿאַר וואָס איז זי שווער צו פֿאַרשטיין?

צי מיינט מען דאָ די לעכערלעכקייט פֿון די באַפֿעלן פֿון אַ קעניג וואָס דאַרף אַלע מאָל האָבן דאָס לעצטע וואָרט? אָדער די אַבסורדע אויפֿגאַבע פֿונעם לאַמטערן־צינדער, וואָס דערפֿילט זי יאָרן לאַנג אָן אַן איבערקלער, אַפֿילו ווען די יסודותדיקע מאַטעריעלע באַדינגונגען פֿון זײַן פּלאַנעט האָבן זיך געביטן? צי קריטיקירט מען די ציקלישע אַרגומענטאַציע פֿונעם שיכּור, וואָס לעבט אין זײַן אייגענעם ליגן?

די אָ אָלע קשיות און מוסר־השׂכּלען פֿאַרשטייט מען ממילא בײַם לייענען דאָס בוך, און ס’רובֿ פֿון פּובליקום אין פּאַריז האָט שוין געלייענט דעם „קליינעם פּרינץ“ אין די קינדער־יאָרן. דאָס פּובליקום אין זאַל האָט שוין פֿאַרשטאַנען אַז „די דערוואַקסענע“ האָבן אַלץ רעדוצירט צו נומערן און פֿאַרגעסן צו קוקן אויף דער וועלט מיט אַ קינדס פֿרישע אויגן, ווי סאַנט־עקזיפּערי האָט אונטערגעשטראָכן אין זײַן ווערק. אָבער וואָס איז די קריטיק פֿון אָט דעם ייִדישן קליינעם פּרינץ?

אויב מע קוקט זיך אַרײַן און מע הערט זיך באמת צו, אַזוי ווי דער קליינער פּרינץ פֿאַרלאַנגט בײַ אונדז, קען מען באַמערקן אַז אַ נײַע, טיפֿערע קריטיק געפֿינט זיך דווקא יאָ אין דער ייִדישער באַאַרבעטונג פֿאַר דער בינע.

זײַן דיאַלאָג מיט „די דערוואַקסענע“ איז בעצם אַ דיאַלאָג צווישן דרײַ דורות ייִדיש־רעדנדיקע. דער שמועס צווישן דעם קליינעם פּרינץ און דעם פּילאָט איז אַ שמועס צווישן אַ זון (לייבל ניבאָרסקי) און אַ טאַטן (וועלוול ניבאָרסקי). און בכלל באַקומט זיך אַ רושם אַז אין אַלע סצענעס דיאַלאָגירט דאָס קינד אויף ייִדיש מיט אַ ריי פּאַרשוינען וואָס וואָלטן געקענט זײַן זײַנע באָבע־זיידעס, מומעס און פֿעטערס.

דאָס קינד שטעלט כּסדר נײַע קשיות, האַרבע קשיות, און איז קיין מאָל נישט צופֿרידן מיט די אויבנאויפֿיקע קלאָץ־ענטפֿערס וואָס די דערוואַקסענע ייִדיש־רעדנדיקע גיבן אים. דער קליינער פּרינץ איז נישט סתּם „אַ נודניק“, ווי דער פֿרוסטרירטער פּילאָט/טאַטע רופֿט אים אָן אין אָנהייב פֿון דער פּיעסע, נאָר ער פֿאַרקערפּערט אַ יסודותדיקע קריטיק וואָס מע האָט זיך שוין צוגעוווינט נישט צו הערן. קודם־כּל: אַן עסטעטישע קריטיק. שוין אין אָנהייב פֿאָדערט דער פּרינץ אַ צייכענונג, אַ קונסטווערק הייסט עס, און הערט נישט אויף ביז ער באַקומעט אַ ווערק וואָס שפּיגלט אָפּ זײַן עסטעטישן און מאָראַלישן וועלטבאַנעם. און דערנאָך באַגעגנט ער אויף יעדן פּלאַנעט אַן אַנדער מענטשלעך־פּסיכאָלאָגישע פּאַטאָלאָגיע וואָס האָט ניט זעלטן אַ נאָענטן שײַכות צו די תּוך־פֿראַגעס פֿון דער ייִדישער קולטור הײַנט.

מע זעט עס, למשל, אין זײַן קאָמפּליצירטער באַציִונג צו דער רויז. דאָס האָדעווען און אײַנשטוביקן די רויז קען מען פֿאַרשטיין ווי אַ סימבאָל פֿאַר דער קולטור־אַרבעט בכלל. אויך אין דער ייִדישער אַדאַפּטאַציע איז די רויז שיין, קאָקעטיש, פֿאָדערנדיק און שטעכיק, ווי די קולטור אפֿשר, אָבער דורך דער שטאַרק רירנדיקער פֿאָרשטעלונג פֿון מירעלע סיקאַרי־זאָלטי ― איינע פֿון די וועטעראַן־אַקטריסעס פֿון דער טרופּע ― באַקומט זיך אַז די אַמביוואַלענטע, כאָטש לאָיאַלע שטעלונג פֿונעם פּרינץ צו דער רויז ווערט פֿאַרגליכן צו דער באַציִונג צווישן אַן אייניקל און זײַן באָבען. אַזאַ באַציִונג צווישן דורות רעפּרעזענטירט אפֿשר מער ווי אַלץ דעם הײַנטצײַטיקן מצבֿ פֿון דער ייִדישער קולטור: אַ קולטורעלער דיאַלאָג וואָס היפּערט אָפֿט איבער אַ דור.