ווען מיר זענען געקומען פֿון ווין קיין טשערנעוויץ, און איך בין מסתּמא געווען 2 יאָר אַלט, האָבן מיר זיך צוערשט אַרײַנגעצויגן אין אַ דירה אויף דער „לערכען־גאַס‟, ווײַט פֿון צענטער שטאָט, לעבן דעם „שילער־פּאַרק‟. דאָרטן האָבן די באַלעבאַטים געהייסן פּרעפּסלער. פֿרוי פּרעפּסלער האָט פֿאַרקויפֿט אָדערקעס אין מאַרק — שוין אָפּגעפֿליקטע עופֿות אין גאַנצן אויסגעליידיקט פֿון ביינער. טאַטע־מאַמע פֿלעגן נאָך אָפֿט פֿאָרן קיין ווין באַקומען סחורה, און מיך געלאָזט אַליין מיט אַ שכנה, מײַן מומע לייצע, אָדער מיט אַ באָבען. אַ באָבע און אַ נישט־ייִדישע דינסט האָבן תּמיד געוווינט בײַ אונדז, נישט וויכטיק ווי קליין די וווינונג זאָל נישט געווען זײַן.
פֿון דער „לערכען־גאַס‟ האָבן מיר זיך אַרײַנגעצויגן אויף דער „בילאַ־גאַס‟, נאָענטער צום צענטער. דאָרטן האָבן מיר זיך באַקענט מיט די האָפֿענבערגס, משה און בינע, וועלכע זענען געוואָרן אונדזערע גוטע־פֿרײַנד און ווען מיר זענען אַריבער אויף דער שטיין־גאַס, האָבן זיי אויך געפֿונען אַ דירה אינעם בנין. אין אַלע אונדזערע שטיבער זענען תּמיד פֿאַרבעטן געווען געסט. איך געדענק, אויף דער בילאַ־גאַס, ווען ס‘זענען געקומען צוויי יונגע פֿרויען, חוה זאַנדמאַן און אַ קרובֿה, פּריווע, וועלכע האָבן אַזוי שיין, ראָמאַנטיש געזונגען, ממש פֿאַרכּישופֿט. פֿון זיי האָב איך זיך אויסגעלערנט די לידער „שוואַרצע אויגן‟ און „סלושײַ‟, צווישן אַ סך אַנדערע — און איך בין קיין 7 יאָר נישט אַלט געווען.
ווי אַזוי געדענק איך, אַז איך בין קיין זיבן יאָר נישט אַלט געווען? ווײַל ווען מײַן ברודער מרדכי איז געבוירן געוואָרן אין 1927 האָבן מיר שוין געוווינט אויף דער „שטײן־גאַס‟, נישט ווײַט פֿונעם מעלפּלאַץ, וווּ טאַטע־מאַמע האָבן געהאַט זייערע געוועלבער. מײַן מאַמע האָט דאָס קינד געהאַט אין אונדזער שטוב, ווי עס האָט זיך געפֿירט דעמאָלט, און דער טאַטע האָט ממש געטאַנצט מלא גדולה — „אַ ייִנגל! אַ ייִנגל!‟. מײַן מאַמע האָט אייגנס פֿאַר מיר פֿאַרבעטן אַ חדר צו קומען צו אונדז „קרישמע‟־לייענען [קריאת שמע], די נאַכט פֿאַרן ברית. אָבער איך האָב עס פֿאַרפֿעלט צוליב אַ נאַרישקייט, און דער מאַמען האָט עס שטאַרק פֿאַדראָסן. דאָס שולדיקייט־געפֿיל פֿיל איך נאָך הײַנט.
אין אונדזער הויז אויף דער „שטיין־גאַס‟ האָבן געוווינט 28 לאָקאַטאָרן, אָדער „פּאַרטײַען‟, ווי מיר האָבן געזאָגט אויף אונדזער טשערנאָוויצער ייִדיש־דײַטש. די ערשטע דירה איז געווען „פּאַרטער‟, אויפֿן גאָרן, אָבער מײַן מאַמע האָט תּמיד געשטרעבט צו בעסערס, און ווען אַ בעסערע דירה האָט זיך אויסגעליידיקט אויפֿן ערשטן שטאָק, האָבן מיר זיך אַהין אַרײַנגעצויגן.
עטלעכע מענטשן האָבן געפֿירט זייער געשעפֿט אין דער אייגענער דירה, וווּ זיי האָבן געלעבט. למשל, די משפּחה לעהר האָט געמאַכט אַ ליכט־ און זייף־„פֿאַבריק‟ בײַ זיך אין שטוב. אַנדערע האָבן גענייט און געשטריקט אין דער היים. פּונקט אַקעגן אונדז האָט געוווינט די משפּחה פֿעלדמאַן, אַ גאַנצע משפּחה פֿון חזנים און זינגערס. עס האָבן געזונגען די דרײַ בנים — לייזער, מאָקיע און נוניע — און זייער טאַטע איז געווען דער הויפּט־חזן. פֿרײַטיק־צו־נאַכטס און שבת־צו־נאַכטס האָבן מיר געזונגען ייִדישע פֿאָלקסלידער, און די פֿעלדמאַנס, אַקעגן־איבער, האָבן געזונגען זמירות און ניגונים אין דער זעלבער צײַט.
דער באַלעבאָס פֿונעם הויז, ברוך בלאַנק, האָט פֿאַרדונגען דעם הויף צו משׂא־אויטאָס און פֿערד־און־וואָגנס. אין שטאַלן האָט מען געהאַלטן די פֿערד. אינעם זעלבן גרויסן הויף האָבן זיך די קינדער געשפּילט. איך, ווי אַ צענערלינג, האָב אָנגעפֿירט מיט אַן אייגן טעאַטער אין איינער פֿון די ליידיקע דירות; ווי אַ פֿאָרהאַנג האָבן מיר אויפֿגעהאָנגען אַ בעט־דעק. וואָס האָבן מיר געשפּילט? דאָס וואָס איך האָב געזען אין „קאַמעליאָן”־טעאַטער, אַ רעווי־טעאַטער, רעזשיסירט פֿון שׂימחה שוואַרץ, האָב איך מיט די קינדער אײַנגעחזרט. „קאַמעליאָן‟ האָט מײַסטעריש צוזאַמענגעבונדן פֿאַרשיידענע פֿאָלקסלידער, און פֿון דעם געמאַכט גאַנצע מוזיקאַלישע סצענעס.
איין מאָל איז צו אונדזער פֿאָרשטעלונג געקומען אַ טעאַטער־קריטיקער מיטן נאָמען שעכטער — נישט קיין קרובֿ — און ער האָט אָנגעשריבן אַ נאָטיץ וועגן אונדז אין דער צײַטונג „די טשערנאָוויצער בלעטער”. דאָרטן האָט ער דערמאָנט, אַז דאָס געלט וואָס מע האָט פֿאַרדינט, האָט מען געגעבן ווי אַ בײַשטײַער דער „פֿעריען־קאָלאָניע” אין וויזשענקע — אַ וואַקאַציע־אָרט פֿאַר אָרעמע ייִדישע קינדער. צווישן די אַקטיאָרן אין אונדזער טרופּע איז געווען דיטאַ קראָנענפֿעלד, אַ בלאָנדינע, וואָס איז געוואָרן אַ פֿילם־אַקטריסע אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
ווי שוין פֿריִער דערמאָנט, זענען אונדזערע נאָענטסטע פֿרײַנד אין הויז געווען די האָפֿענבערגס. משה האָפֿענבערג איז געווען אַ לעבעדיקער חבֿרה־מאַן, און זײַן פֿרוי בינע איז געווען אַן אמתע בריה. זי האָט געבאַקן אַזעלכע געשמאַקע פֿלאָדנס, אַז איך געדענק עס נאָך הײַנט.
מײַן חתונה, בעת דער סאָוועטישער אָקופּאַציע אין פֿעברואַר 1941, מיט מײַן מאַן יונה איז געווען אַ טרויעריקע. מײַן טאַטע איז געזעסן אין תּפֿיסה און ס‘האָט זיך נישט געלאָזט פֿריילעך זײַן. דער באַקאַנטער הרבֿ משולם ראַט פֿון טשערנעוויץ איז געווען דער מסדר־קידושין אין שיל, אָבער נאָך דער שיל בין איך געפֿאָרן אַהיים מיט אַ שליטן, ווינטער אין שניי. מײַן מאַמע, מיט אַ שווער האַרץ, האָט געוואָלט גיין צו פֿוס. אין שטוב נאָך דער חופּה זענען געקומען בלויז עטלעכע געסט, צווישן זיי משה האָפֿענבערג.
ער האָט געשטאַמט פֿון שוחטים, פֿון ייִחוס, אָבער האָט פֿאַרדינט זײַן פּרנסה ווי אַ פֿאַרקויפֿער פֿון אַלטע זאַכן אויף דער גאַס — אַ “האַנדעלעס”. דאָס וואָרט נעמט זיך פֿון דעם, וואָס מע האָט אויסגעשריגן אין גאַס — “האַנדל אַלעס!”. ער פֿלעגט זיך תּמיד קריגן מיטן באַלעבאָס בלאַנק וועגן דירה־געלט — ער האָט נעבעך נישט געהאַט מיט וואָס צו צאָלן. זײַן זון ניאָקע איז געוואָרן אַ דזשעז־פּײַקלער און טענצער אין בוקאַרעשט, און דער אַנדערער ברודער, סאַלאָ, אַ דענטיסט. זיי האָבן ליב געהאַט צו פֿאַרברענגען מיט מײַנע טאַטע־מאַמע. אַלע פֿיר זענען געגאַנגען פּורים פֿאַרשטעלט צו די „נגידישע‟ גאָטעסמאַנס אין שטאָט — מענדל, לייבל, נתן — און מע האָט מײַן מאַמע נישט דערקענט, ביז מע האָט איר געגעבן אַ פּאַטש פֿון הינטן און אַזוי זי דערקענט — „אוי, דאָס איז ליפֿשע!‟
אויף „שטיין־גאַס‟ האָט אויך געוווינט אַ קרובֿ שלמה גאָטעסמאַן, וואָס איך הייס נאָך זײַן מאַמען. איך בין איין מאָל, ווי אַ קינד, אַרײַן אין אַ פּאַפּיר־געשעפֿט, פּרעמינגער, צו קויפֿן אַ רויטן בלײַער, ווײַל איך האָב ליב געהאַט צו צייכענען. קומט אַרײַן שלמה גאָטעסמאַן און ער פֿרעגט מיך „וואָס טוסטו דאָ בעלציעלע?‟ און מיר געקויפֿט אַ גאַנצן קאָמפּלעט בלײַער, פּאַפּיר און דערצו אַ ביכל, די מעשׂיות פֿון די ברידער גרים.
אויף „שטיין־גאַס‟ נומער 12 האָב איך זיך געשפּילט מיט רעלאַ אַשכּנזי, אַ דאַר מיידל — פֿיסעלעך ווי שטעקעלעך. אָבער אַ קול האָט זי געהאַט! מיר האָבן געזונגען צוזאַמען, און זי האָט געקענט זינגען מיט האַרמאָניע. איר טאַטע איז געווען אַ קעלנער בײַ נאַכט; די מאַמע האָט געשטריקט; בעסערע מענטשן, אָבער אָרעם. רעלאַ האָט הויך, ווילד געשריגן ווען זי איז געוואָרן הונגעריק, און איך האָב שפּעטער געהערט, אַז זי איז משוגע געוואָרן אין טראַנסניסטריע.
מײַן חבֿרטע צילי מאַרגוליס האָט געוווינט אין צווייטן הויז. איר מאַמע האָט געזונגען אָפּערע. איר ברודער, זשאַקי, פֿלעג זײַן טאַטע גוט אָנ–שלאָגן, איך ווייס נישט פֿאַרוואָס. ביז ער איז ווילד געוואָרן און פֿלעגט כּסדר אַנטלאָפֿן פֿון דער היים. איין מאָל אַנטלויפֿנדיק פֿון די קלעפּ איז ער צו מיר צוגעלאָפֿן אין הויף און מיר געגעבן אַ קוש און ווײַטער געלאָפֿן.
נו, פֿון די 28 „פּאַרטײַען‟ געדענק איך שוין בלויז עטלעכע; אפֿשר וועט דער זכּרון מיר בעסער דינען וועגן אַנדערע פּרטים פֿון מײַן לעבן אין דער אַלטער היים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.