אַ זאַמלונג פֿון ספֿרים און דאָקומענטן, וואָס האָבן אַ מאָל געהערט צו דער משפּחה פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, וועט בלײַבן אין רוסלאַנד, האָט דער רוסישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין דינסטיק דערקלערט. אַ טייל פֿון די חפֿצים האָבן די סאָוועטן אָפּגענומען בײַ די נאַציס — וואָס האָבן עס צוגערויבט בײַ די ייִדן — אָבער האָבן עס אַליין די ייִדן נישט אומגעקערט.
די מחלוקת איבער די ספֿרים און דאָקומענטן האָט נאָך מער אָנגעשטרענגט די באַציִונגען צווישן מאָסקווע און וואַשינגטאָן, זינט פּוטין האָט זיך אומגעקערט צום קרעמל אין מײַ2012.
„די ׳שניארסאָן־ביבליאָטעק׳ געהערט צו רוסלאַנד,‟ האָט פּוטין דערקלערט אין דעם נײַעם ייִדישן מוזיי אין מאָסקווע. „אויב מיר וואָלטן נאָכגעגעבן דער תּבֿיעה, וואָלטן מיר געעפֿנט אַ ׳פּאַנדאָראַס קעסטל׳ און ס׳וועט נישט זײַן קיין סוף צו די תּבֿיעות קעגן דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.‟ פֿאַראַיאָן האָבן די אונגאַרישע ייִדן געבעטן רוסלאַנד אומצוקערן ספֿרי־תּורה און טײַערע תּשמישי־קדושה, וואָס די נאַציס האָבן צוגעגנבֿעט, און וואָס די „רויטע אַרמיי‟ האָט שפּעטער קאָנפֿיסקירט.
„אפֿשר וועלן מיר עס מיט דער צײַט קענען טאָן, אָבער איצט זענען מיר פּשוט נישט גרייט אויף דעם,‟ האָט פּוטין צוגעגעבן.
אין יאַנואַר האָט אַ ריכטער אין וואַשינגטאָן באַפֿוילן רוסלאַנד צו באַצאָלן 50,000$ אַ טאָג שטראָף פֿאַר נישט האָבן געפֿאָלגט אַ פּסק אין יאָר 2010, אומצוקערן די „שניארסאָן־ביבליאָטעק‟. מאָסקווע האָט רעאַגירט מיט כּעס, זאָגנדיק אַז דער פּסק איז „אין גאַנצן אומלעגאַל און פּראָוואָקאַטיוו‟.
דער לעגאַלער און דיפּלאָמאַטישער חילוקי־דעות איבער דער זאַמלונג פֿון ייִדישע טעקסטן האָט זיך אָנגעהויבן נאָך איידער דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז זיך צעפֿאַלן אין 1991.
פּוטין, אַ געוועזענער מיטאַרבעטער פֿון דער „קאַ־גע־בע‟, האָט פֿאָרגעלייגט, אַז מע קאָן אַרויסשטעלן די זאַמלונג אינעם ייִדישן מוזיי „ווי אַ זשעסט פֿאַר די מענטשן, וועלכע ווילן טאַקע לייזן די פּראָבלעם, און ניצן עס נישט אויס סתּם, כּדי אויסצודריקן כּעס און קאָנפֿראָנטאַציע‟.
פּרעזידענט פֿון רוסלאַנד וולאַדימיר פּוטין האָט דעם 19טן פֿעברואַר באַזוכט דעם „ייִדישן מוזיי און צענטער פֿון טאָלעראַנץ”, וועלכער האָט זיך נישט לאַנג צוריק געעפֿנט. דאָרטן איז פֿאָרגעקומען אַ זיצונג פֿונעם ראַט, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיט די צווישן־נאַציאָנאַלע באַציִונגען, אויף וועלכער עס זײַנען אַרומגערעדט געוואָרן אַ ריי וויכטיקע און קאָמפּליצירטע פֿראַגעס. צווישן זיי אויך דער סיכסוך אַרום דער „שניארסאָן־ביבליאָטעק”. צו דער זיצונג איז אויך פֿאַרבעטן געוואָרן די רעליגיעזע פֿירערשאַפֿט פֿון רוסלאַנד, בראָש מיטן הויפּט־רבֿ הרבֿ בערל לאַזאַר. צווישן די פֿראַגעס, וואָס דער זשורנאַליסט בײַם טעלעוויזיע־קאַנאַל “NTV” וולאַדימיר קאָנדראַטיעוו האָט געשטעלט הרבֿ בערל לאַזאַרן, איז געווען: „וויפֿל ייִדן וווינען הײַנט אין רוסלאַנד?” דער רבֿ האָט געענטפֿערט: „אַרום אַ מיליאָן…” — און צוגעגעבן: — אָבער נאָר גאָט ווייסט, וויפֿל אין דער אמתן!”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.