דער ניו־יאָרקער שאָפֿער פֿונעם אויטאָ, וועלכער האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק אומגעבראַכט דאָס יונגע סאַטמערער פּאָרפֿאָלק, נחמן און רייזי גלויבער, און שפּעטער, אויך זייער נײַ־געבוירן קינד — איז דאָנערשטיק פֿאָרמעל באַשולדיקט געוואָרן אין אַ ברוקלינער געריכט.
דער 44־יאָריקער הוליאָ אַסעוועדאָ איז באַשולדיקט געוואָרן, ערשטנס, אין פֿאַרברעכערישער אומגעהיטקייט, וואָס האָט גורם געווען דרײַ פֿאַלן פֿון מענטשנמאָרד; צווייטנס, אין אַנטלויפֿן פֿון אַן אַקצידענט; דריטנס, אין שאָפֿירן אַן אויטאָ אויף אַ הפֿקרדיקן אופֿן; פֿערטנס, אין קרימינעלן אָנגרײַף אויף דרײַ מענטשן, און אויך אין פֿאָרן גיכער פֿון דער מאַקסימאַלער גיכקייט, האָבן געמאָלדן די פּראָקוראָרן.
דער ריכטער האָט נישט דערלויבט אַרויסצולאָזן אַסעוועדאָ אויף קויציע, און זײַנע שאָפֿיר־פּריווילעגיעס האָט מען בײַ אים אויך צוגענומען.
אויב אַסאַוועדאָ וועט פֿאַרמישפּט ווערן, איז מעגלעך, אַז ער וועט זיצן אין תּפֿיסה צווישן 25 יאָר און אַ לעבן לאַנג, צוליב זײַנע פֿריִערדיקע פֿאַרמישפּטונגען, אַרײַנגערעכנט מאָרד און גזלנות, האָט דערקלערט די פּראָקוראָרין, גייל דאַמף.
קאַטלין דזשוליאַן, אַסעוועדאָס אַדוואָקאַטין, האָט באַמערקט, אַז די הריגות זענען געווען שוידערלעך, אָבער קיין פֿאַרברעכן איז נישט פֿאָרגעקומען. „ס׳איז געווען אַן אַקצידענט. אַזוינע זאַכן טרעפֿן יעדן טאָג,‟ האָט זי געזאָגט. זי האָט צוגעגעבן, אַז איר קליִענט, וועלכער האָט זיך מיטוואָך איבערגעגעבן דער פּאָליציי אין פּענסילוועניע, האָט די גאַנצע צײַט בדעה געהאַט זיך צו מעלדן פֿאַר דער פּאָליציי.
„פֿאַרשטייט זיך, איז ער אַ צעבראָכענער איבער דער געשעעניש,‟ האָט דזשוליאַן געזאָגט. „זײַן האַרץ ווייטיקט פֿאַר דער משפּחה.‟
דאַמף האָט איבערגעגעבן, אַז צוויי עדות האָבן אידענטיפֿיצירט אַסעוועדאָ ווי דער זעלבער שאָפֿער, וועלכער האָט אַרײַנגעקראַכט אינעם טעקסי. „גלײַך נאָכן צוזאַמענשטויס זענען זיי צוגעקומען צו אים און געפֿרעגט, צי ער איז אין אָרדענונג, און ער האָט געזאָגט, אַז יאָ.‟ דערנאָך זענען די עדות צוגעלאָפֿן צו די פּאַסאַזשירן פֿונעם טעקסי, „אָבער ווען זיי האָבן זיך ווידער אויסגעדרייט, איז דער אײַנגעקלאָגטער אַוועקגעלאָפֿן,‟ האָט דאַמף געזאָגט.
מיט אַ טאָג פֿריִער, ווען מע האָט געמאָלדן וועגן אַסעוועדאָס אַרעסט, האָט אַ פֿרײַנד פֿון דער משפּחה גלויבער און כּלל־טוער פֿון דער סאַטמערער קהילה, יצחק אַבֿרהם, געזאָגט: „דאָס איז די בעסטע נײַעס, וואָס מיר האָבן געהערט במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 72 שעה. ס׳איז אָבער אויך אַ ביטערע נײַעס, ווײַל עס וועט נישט מחיה־מתים זײַן די דרײַ דערמאָרדעטע. כ׳האָף, אַז ער וועט באַקומען די האַרבסטע שטראָף מעגלעך.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.