דער „אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟, וואָס דערקלערט, אַז זײַן אַרבעט לטובֿת ישׂראל איז, דער עיקר, פֿון זײַן שליחות, האָט במשך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים שטילערהייט אָפּגעזאָגט דעם דירעקטאָר און דרײַ אָנגעשטעלטע פֿון זײַן ירושלימער ביוראָ, אָן דעם אָנווײַזן אַ סיבה דערפֿאַר.
די AJC האָט אָפֿט מאָל אויסגעניצט דעם ירושלימער ביוראָ ווי אַ מיטל צו פֿאַרהאַנדלען מיט דער ישׂראלדיקער רעגירונג און, צו מאָל, הינטער די קוליסן, מיט געוויסע שכנותדיקע אַראַבישע לענדער.
דער באַשלוס מצד דער ניו־יאָרקער הויפּט־קוואַרטיר אָפּצוזאָגן דעם דירעקטאָר, עדוואַרד רעטיג, אַן אַמעריקאַנער־געבוירענער ראַבינער, און די דרײַ אַנדערע אַרבעטער, האָט געשטעלט אין אַ ספֿק די צוקונפֿט פֿון דער ירושלימער צווײַג, „בית משה‟. דערווײַל האָט עס אין גאַנצן אָפּגעשטעלט די הויפּט־אַרבעט פֿוון דער צווײַג, כאָטש די הויכע באַאַמטע בײַ דער AJC האָבן נישט איין מאָל דערקלערט, אַז זיי האָבן בדעה ממשיך צו זײַן די ישׂראל־אָפּעראַציע, און וועלן אפֿשר אָנשטעלן נײַע אַרבעטער צו פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון די אָפּגעזאָגטע.
הגם קיין סיבה האָט מען נישט אָנגעגעבן, האָבן געוויסע קוואַלן בײַ דער AJC באַמערקט, אַז דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון דער AJC, דוד האַריס, איז נישט געווען צופֿרידן פֿון זייער אַרבעט.
אין דער אמתן, זענען די באַציִונגען צווישן דער ניו־יאָרקער הויפּט־קוואַרטיר און דעם ירושלימער ביוראָ שוין פֿון לאַנג אָנגעשטרענגטע. אין 1993 האָט די אָרגאַניזאַציע אָנגעשטעלט דעם היסטאָריקער, מײַקל אורן (אָרען), ווי דער הויפּט פֿון דער ישׂראל־צווײַג, אָבער נאָך אַ יאָר האָט אורן דעמיסיאָנירט, און עד־היום דערמאָנט ער בכלל נישט זײַן אַרבעט דאָרט אין זײַן „קוריקולום וויטע‟.
אין 1995 האָט די AJC באַשטימט אַ פּענסיאָנירטן „מוסד‟־אָפֿיציר, יוסי אַלפֿער, פֿאַר דער פּאָזיציע, אָבער צוליב אַ פּאָליטישער חילוקי־דעות מיט האַריס (אַלפֿער איז געווען לינק־געשטימט, און האַריס — רעכט־ליניק), האָט אַלפֿער רעזיגנירט נאָך פֿינף יאָר. אַלפֿער האָט דעמאָלט אָנגעשריבן אַ בייזן בריוו דער AJC־פֿאַרוואַלטונג, קריטיקירנדיק דעם אַראָגאַנטן צוגאַנג צו סעקולערע ישׂראלים מצד דער AJC. ארן לערמאַן, אַ פּענסיאָנירטער פּאָלקאָווניק פֿון צה״ל, האָט אויך נישט לאַנג אָנגעהאַלטן.
אַ באַאַמטער פֿון דער ישׂראל־רעגירונג האָט ספּעקולירט, אַז איין סיבה פֿאַר דעם וואָס די AJC האָט איצט געשניטן דעם פּערסאָנאַל פֿונעם ירושלימער ביוראָ איז, ערשטנס, צו שפּאָרן געלט, און צווייטנס, ווײַל די פֿירער פֿון דער AJC ווילן הײַנט גיכער פֿאַרהאַנדלען דירעקט מיט דער ישׂראלדיקער רעגירונג, ווי דורך אַ פֿאַרמיטלער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.