בײַ איין שמועס אויף דער טעמע — „דאָס זאַמלען ייִדישע מוזיק‟, איז אויפֿגעשטאַנען אַן עלטערע פֿרוי און דערציילט, אַז זי האָט געזאַמלט ייִדישע לידער בײַ די ייִדישע פֿאַרמער אין די קאָלאָניעס פֿון סאַסקאַטשעוואַן. ווען זי האָט אָנגערופֿן איר נאָמען, האָב איך זיך דערמאָנט, אַז איך האָב אין די 1980ער יאָרן באַשטעלט איר מאַגיסטער־אַרבעט אויף דער טעמע, וועלכע האָט אויך אַרײַנגענומען אַ קאַסעט פֿון די לידער.
אַנאַ פֿעלדמאַן איז געבוירן געוואָרן אין קאָרנוואָל, אַנטאַריאָ. דער טאַטע האָט געשטאַמט פֿון שישנאָוויץ, גראָדנער גובערניע, און די מאַמע פֿון הערלוי, רומעניע. ווען זי איז געווען 18 יאָר אַלט, האָט זי זיך פֿאַרליבט אין איר מאַן, אַ זון פֿון אַ פּיאָנערישער משפּחה אויף אַ ייִדישער פֿאַרמער־קאָלאָניע אין דער טעריטאָריע פֿון סאַסקאַטשעוואַן. ער איז געווען איבערגעגעבן צו זײַן קאָלאָניע און האָט געוואָלט, מע זאָל זיך דאָרטן באַזעצן.
„מיט מײַן מאַן האָב איך זיך באַקענט אין 1945 אויף אַ ייִדישער אונטערנעמונג אין אָטאָוואַ. בעת דער צווייטער־וועלט־מלחמה האָט מען אים געשיקט דאָרטן צו אַרבעטן פֿאַר דער רעגירונג. אין 1947 האָבן מיר באַשלאָסן חתונה צו האָבן, און ער האָט געוואָלט, איך זאָל זען ווי עס זעט אויס די קאָלאָניע איידער מיר האָבן חתונה.
„איך האָב געזען ווי שווער ס‘איז דאָס לעבן, ספּעציעל פֿאַר די פֿרויען — די באַציִונג בײַ די מענער איז געווען גאָר אַנדערש. דאָס שווערע לעבן איז געווען פֿאַר זיי עפּעס בײַצוקומען; אָבער די פֿרויען האָבן געהאָרעוועט אין דער היים, געהאַט קינדער אָן דאָקטוירים, אַפֿילו אָן אַ הייבאָם. קיין וואַסער איז נישט געווען, מע האָט עס געשלעפּט אין פֿעסער מיט פֿערד, און געבראַכט גענוג וואַסער אויף אַ גאַנצער וואָך.
„ווען מיר האָבן שוין געהאַט קינדער און ס‘איז געקומען די שניטצײַט, זענען מיר אַלע אַרײַן אין אויטאָ און געפֿאָרן 1800 מײַל פֿון קוועבעק צו העלפֿן דער קאָלאָניע. איך האָב געאַרבעט אין קיך, און מײַנע ייִנגעלעך — אין די פֿעלדער. מיר האָבן דאָס געטאָן יאָרן לאַנג.
„איך בין געקומען צוריק זיך לערנען אין קאָלעדזש, ווען איך בין שוין געווען אין די מיטעלע יאָרן. אין 1980 האָב איך זיך פֿאַרשריבן אין אַ קורס פֿון עטנאָמוזיקאָלאָגיע, און זיך געקויפֿט אַ קליינע רעקאָרדיר־מאַשין, און אַרומגעפֿאָרן צו פֿאַרשרײַבן די ייִדישע לידער פֿון די פֿאַרמער. די קאָלאָניעס האָבן נאָך אַלץ אָפֿיציעל עקסיזטירט, אָבער איך בין געפֿאָרן צו די עלטערע פֿאַרמער, וועלכע האָבן שוין געלעבט אין די שטעט. איין פֿרוי מיט אירע טעכטער האָבן פֿאַר אונדז געזונגען און רעציטריט ייִדישע פּאָעזיע ביז 3 בײַ נאַכט. איך האָב אינטערוויויִרט אַ סך מענטשן און געהאַט גענוג מאַטעריאַלן פֿאַר אַ בוך און האָב די זאַכן געשאָנקען דעם ׳קאַנאַדער מוזיי פֿון ציוויליזאַציע׳.‟
קריסטאַ וויטני איז געקומען אין „קלעזקאַנאַדע‟ צום ערשטן מאָל. געוויינטלעך, איז זי די אינטערוויוערין, ווײַל זי איז די דירעקטאָרין פֿונעם „וועקסלער־בעל־פּה־פּראָיעקט‟ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט. האָט זי אונדז פֿאַרגינען אַן אינטערוויו דאָס מאָל, אין וועלכן זי איז דער בעל־דבֿר.
אינעם „וועקסלער־בעל־פּה־פּראָיעקט‟ האָט מען שוין פֿאַרשריבן אַן ערך 300 ווידעאָ־אינטערוויוען — 500 שעה — אויף ענגליש און ייִדיש מיט מענטשן פֿון אַלע עלטער און ייִדישע אינטערעסן.
//www.yiddishbookcenter.org/tell-your-story
זי איז אויפֿגעוואַקסן לעבן בערקלי, קאַליפֿאָרניע, און האָט שטודירט אין „סמיט‟־קאָלעדזש אין מאַסאַטשועסעטס. דאָרטן האָט זי זיך באַקענט מיט דער ייִדישער ליטעראַטור אויף ענגליש, און זיך אָפּגעגעבן מיט פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור און טענץ. פּראָפֿ׳ דזשאָסטין קאַמי איז געווען איר בעל־יועץ, און זי איז אינספּירירט געוואָרן פֿון אים זיך ווײַטער צו פֿאַרטיפֿן אין ייִדיש. אַזוי ווי זי האָט געהאַט אַ באָבע, אַ ליטווינערין, האָט זי אויך אָנגעהויבן זיך צו לערנען ליטוויש.
זי האָט אָנגעהויבן ווי אַ חבֿר בײַם „ביכער־ צענטער‟ און איז דערנאָך אָנגעשטעלט געוואָרן אויף איר איצטיקן פּאָסטן. „ווען איך טרעף זיך מיט אַנדערע ייִדיש־רעדערס צוליב מײַן פּראָיעקט, האָב איך אַ געלעגנהייט צו רעדן אויף ייִדיש. דורך די אינטערוויוען שווימען אַרויס נײַע וועלטן פֿאַר מיר — זייערע איבערלעבונגען און לעבנס־געשיכטעס‟, דערציילט זי.
פֿאַר „קלעזקאַנאַדע‟ איז זי געפֿאָרן צום צווייטן מאָל אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ און איר ייִדיש ווערט בעסער. „דער אינטערנאַציאָנאַלער אַספּעקט פֿון דער ייִדיש־וועלט, דערציילט וויטני, — איז מיר אינטערעסאַנט. איך האָב די געלעגנהייט אַרומצופֿאָרן און זיך באַקענען מיט ייִדיש־רעדערס איבער דער וועלט, אַפֿילו אין די דערפֿער פֿון אַרגענטינע‟.
אין „קלעזקאַנאַדע‟ האָט זי אויך געקענט זיך טרעפֿן מיט כּלערליי ייִדיש־רעדערס און זי קוקט אַרויס אויף ענלעכע אונטערנעמונגען, וווּ די ייִדישע שפּראַך און מוזיק ברענגט צונויף מענטשן פֿון דער גאַנצער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.