דער מאָסקווער פֿאַרלאַג „אַקאַדעמישער פּראָיעקט‟, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין פּובליקירן וויסנשאַפֿטלעכע און הויך-אינטעלעקטועלע ביכער, האָט מיט עטלעכע חדשים צוריק אַרויסגעגעבן אַ נײַ בוך וועגן צוויי גרויסע דענקער פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט: דער דײַטשישער פֿילאָסאָף מאַרטין הײַדעגער און די ייִדישע פּאָליטישע טעאָרעטיקערין חנה אַרענדט. די 79־יאָריקע מחברטע, נעלי מאָטראָשילאָוואַ, איז אַ באַקאַנטע רוסישע פֿאָרשערין פֿון פֿילאָסאָפֿיע, וועלכע האָט פֿאַרענדיקט דעם פֿילאָסאָפֿישן פֿאַקולטעט בײַם מאָסקווער אוניווערסיטעט אינעם יאָר 1957 און פֿירט איצט אָן מיטן אָפּטייל פֿון היסטאָריש-פֿילאָסאָפֿישע פֿאָרשונגען בײַ דער רוסלענדישער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿטן.
דאָס בוך, וואָס הייסט „מאַרטין הײַדעגער און חנה אַרענדט: דאָס וועזן — צײַט — ליבע‟, איז געווידמעט דער אינטימער באַציִונג צווישן די דאָזיקע צוויי דענקער. אינעם יאָר 1924, האָט הײַדעגער, זײַענדיק שוין אַ באַקאַנטער יונגער פּראָפֿעסאָר-פֿילאָסאָף, זיך פֿאַרליבט אין אַ יונגער ייִדישער סטודענטקע. באַלד האָט זיך אָנגעהויבן אַ ראָמאַן, וועלכער האָט געדויערט עטלעכע יאָר. הגם הײַדעגער איז דעמאָלט געווען שוין לאַנג אַ חתונה-געהאַטער, אַ טאַטע פֿון צוויי קינדער, און ביידע, הײַדעגער און אַרענדט, האָבן זיי געפֿירט אַנדערע ראָמאַנען, פֿלעגן די באַגעגענישן מאַכן אַ גרויסן אײַנדרוק אויף ביידע דענקער.
אַ סך ביכער, וואָס זענען שוין אָנגעשריבן געוואָרן וועגן אַרענדטס ראָמאַן מיט הײַדעגערן, טראָגן אַ מעלאָדראַמאַטישן, סענסאַציאָנעלן און קאָנטראָווערסאַלן טעם — דער עיקר, צוליב דעם, וואָס דער דײַטשישער פֿילאָסאָף האָט סימפּאַטיזירט דער נאַצי-אידאָלאָגיע און אינעם יאָר 1933 אַרײַנגעטראָטן אין דער נאַציאָנאַל-סאָציאַליסטישער פּאַרטיי. מיט 18 יאָר צוריק האָט די באַוווּסטע אַמעריקאַנער זשורנאַליסטקע יהודית שולעוויץ אויסגעשריגן אויף די זײַטן פֿון „ניו-יאָרק טײַמס‟: „אַן אומגלייביקע לינקע ליבע פֿון אַ נאַצי מיט דער באַרימטער ייִדישער קעמפֿערין קעגן טאָטאַליטאַריזם? אַרענדט מוז זײַן אַ מאַזאָכיסטקע, און אַזאַ ראָמאַן איז בעסער צו פֿאַרגעסן!‟
מאָטראָשילאָוואַס ווערק איז ווײַט פֿון אַזאַ מעלאָדראַמע. זינט דער אוראַלטער גריכישער תּקופֿה, האָבן די פֿילאָסאָפֿן אַ רעפּוטאַציע פֿון קאַלטזיניקע קאָפּ-מענטשן, וואָס שטעלן דעם ציל צו באַנעמען דאָס וועזן אָן קיין פּערזענלעכע נטיות. דאָס בוך ווײַזט קלאָר און חידושדיק, מיט קאָנקרעטע פֿאַקטן, אַז אינעם רעאַלן לעבן איז די מעשׂה גאַנץ אַנדערש. הײַדעגער, וועלכער האָט געווידמעט זײַן געליבטער גאָר הייסע פּאָעטישע בריוו און לידער, איז געווען שטאַרק באַאײַנפֿלוסט פֿון זײַן ראָמאַן מיט אַרענדט. ווי מע זעט פֿון זייער שפּעטערדיקער קאָרעספּאָנדענץ, זענען די הייסע געפֿילן צווישן זיי געבליבן במשך פֿונעם גאַנצן לעבן; אַרענדט איז געשטאָרבן אין 1975, און הײַנדעגער — אין 1976. ערשט דעמאָלט האָט זיך פֿאַרענדיקט זייער עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג.
די ראָלע פֿון אינטימע געפֿילן און מעשׂים אין דער געשיכטע פֿון פֿילאָסאָפֿיע פֿאָדערט אַ ווײַטערדיקע פֿאָרשונג. אַוודאי, די טעמע איז אַ סך ברייטער, ווי דער קאָנקרעטער פֿאַל, וואָס מאָטראָשילאָוואַ אַנאַליזירט אין איר בוך. דער קאָמפּליצירטע מעשׂה פֿון אינטעלעקטועלע און עמאָציאָנעלע באַציִונגען צווישן הײַדעגערן און אַרענדט ברענגען אָבער אויפֿן געדאַנק אַן אַנדער קשיא: צי זענען די דאָזיקע פֿיגורן טאַקע געווען אַזוי היפּוכדיק? מע קאָן פֿרעגן אויך אַן אַנדער, מער קאָנטראָווערסאַלע שאלה: ווער איז בעצם ייִדישלעכער אין זייער פֿילאָסאָפֿישן צוגאַנג, אַרענדט צי הײַדעגער?
הײַדעגער האָט טאַקע אַקטיוו „געפֿלירטעוועט‟ מיטן נאַציזם. עס בלײַבט אָבער נישט קלאָר, צי ער האָט עס געטאָן צוליב זײַן אַקאַדעמישער קאַריערע, צי פֿון ערנסטע איבערצײַגונגען. זײַן פֿילאָסאָפֿיע איז ווײַט פֿון פּאָליטיק און בלײַבט הײַנט פּאָפּולער סײַ אין די רעכט-קאָנסערוואַטיווע, סײַ אין די לינקע קרײַזן. אַ ריי פֿאָרשער טײַטשן אָפּ זײַן פֿילאָסאָפֿיע ווי פּראָ-אַנאַרכיסטישע און דווקא אַנטי-פֿאַשיסטישע. ס׳זעט אויס, אַז אַן אַנטיסעמיט איז ער נישט געווען. אונטערשפּילנדיק דעם רעזשים, האָט ער געשטיצט די אַנטי-ייִדישע פּאָליטיק פֿון די נאַציס, אָבער פֿאַרטיידיקט אַ ריי ייִדישע קאָלעגן און סטודענטן, ווי אויך געהאָלפֿן זיי צו אַנטלויפֿן פֿון דײַטשלאַנד.
אין אַפּריל 1934 האָט הײַדעגער רעזיגנירט פֿון דער רעקטאָר-פּאָזיציע און פֿאַרלאָזט די פּאָליטיק. ווי ער האָט געמאָלדן נאָך דער מלחמה, האָט ער עס געטאָן ווי אַ פּראָטעסט קעגן די פּאָליטישע רדיפֿות מצד דער מלוכה. פֿונדעסטוועגן, איז ער געבליבן אַ מיטגליד פֿון דער נאַצי-פּאַרטיי. די נאַציס האָבן אים אָבער אָפֿט קריטיקירט און חודש געווען, אַז אין זײַן האַרצן איז ער געשטימט קעגן זיי. די היסטאָריקער באַמערקן, אַז אין זײַנע, כּלומרשט, פּראָ-נאַציסטישע רעדעס, האָט הײַדעגער אַרײַנגעשמוגלט בפֿירוש אַנטי-פֿאַשיסטישע פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען.
הגם פֿאַר אַ טייל מענטשן איז הײַנט שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אַ ייִדישע פֿרוי האָט ליב געהאַט אַזאַ מענטש, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז איציק פֿעפֿער, אַז לעבן איז נישט תּמיד שוואַרץ און ווײַס, בפֿרט ווען מע מוז זיך אַרויסדרייען אין אַ בפֿירוש טאָטאַליטאַרער סבֿיבֿה…
חנה אַרענדט ווערט נישט זעלטן פֿאַרגליכן מיט אַן אַנדער באַרימטער ייִדישער דענקערין — ראָזאַ לוקסעמבורג. צווישן אַרענדטס פּראָגרעסיווע מעלות ווערט כּסדר דערמאָנט איר שאַרפֿע קריטיק פֿון ציוניזם. דאָס אַליין איז, אָבער, גאָר אַ שוואַכער סימן פֿון פּראָגרעס. אַדרבה, ווי ס׳איז באַקאַנט, איז די אַזוי-גערופֿענע „אַנטי-ציוניסטישע‟ רעטאָריק אַ באַליבטע מלאָכה בײַ די אַנטיסעמיטן. קיין סאָציאַליסטקע איז אַרענדט זיכער נישט געווען; אַדרבה, איר בוך „וועגן רעוואָלוציע‟ איז בפֿירוש אַנטי-סאָציאַליסטיש, הגם אין אַ טייל אַנדערע ווערק דריקט זי אויס וואַקלענדיקע סימפּאַטיעס צו געוויסע לינקע אידעען.
און וואָס טוט זיך מיט דער אַנדערער קלאַסישער פּראָגרעסיווער טעמע — די ברידערשאַפֿט פֿון פֿעלקער? אין דעם אַספּעקט, איז שווער צו זאָגן, ווער ס׳איז געווען אַ בעסערער מוסטער — הײַגעדער צי אַרענדט. יענער האָט מיטגעזונגען דעם נאַצי-רעזשים, און אַרענדט, לעבנדיק אין אַמעריקע, האָט זיך געפֿירט ווי אַ טיפּישע דײַטשישע נאַציאָנאַליסטקע, הגם איר נאַציאָנאַליזם איז געווען פֿון אַ „ברייטן‟ פּאַן־אייראָפּעיִשן סאָרט. למשל, אין איר בוך „קעגן גוואַלד‟ ווײַזט זי אַרויס אַן אויסגעשפּראָכענעם ראַסיזם לגבי די שוואַרצע.
אַרענדטס אַנדערע ווערק זענען נישט בעסער. בײַ ייִדן איז צום בעסטן באַקאַנט איר „רעפּאָרטאַזש וועגן דער באַנאַליטעט פֿון שלעכט‟, וווּ זי באַשרײַבן דעם פּראָצעס איבער אַדאָלף אײַכמאַן. צווישן אַנדערע באַמערקונגען, דערמאָנט זי, אַז ירושלים איז פֿול מיטן „שרעקעדיק‟ מיזרחדיקן המון, וואָס צווישן זיי טרעפֿן זיך „ממש ברוטאַלע טיפּן‟, וואָס זעען אויס ווי אַראַבער. אַזוי שילדערט זי די ספֿרדים. דערצו, וווינען אין ירושלים „ייִדן מיט פּאות, וואָס טראָגן קאַפֿטאַנען‟; מיט אַזעלכע מענטשן, זאָגט זי, איז אוממעגלעך אַ נאָרמאַלן מענטש צו לעבן. די איינציקע „נאָרמאַלע‟ מענטשן, וועלכע זי האָט אָפּגעשאַצט אין ישׂראל, זענען די געבילדעטע וועלטלעכע דײַטשישע ייִדן, וועלכע רעפּרעזענטירן די עכטע „סמעטענע‟ פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור.
נאָך דער יום-כּיפּור-מלחמה, האָט אַרענדט געמאָלדן, אַז „דאָס ייִדישע פֿאָלק איז פֿאַראייניקט אין ישׂראל‟ און אַז „ייִדישקייט איז אַ נאַציאָנאַלע רעליגיע‟. פּלוצעם ווערט זי דאָ אַ ציוניסטקע. ווײַזט אויס, אַז די עלעמענטן פֿונעם אַלטמאָדישן שטעטל אָדער די ספֿרדיש-אַראַבישע קולטור האָט זי נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן, אָבער צום וועלטלעכן „אויפֿגעקלערטן‟ מערבֿדיקן נאַציאָנאַליזם האָט זי געהאַט ווייניק טענות.
צי האָט הײַדעגערס פֿילאָסאָפֿיע אַ שײַכות צו ייִדישקייט? אַנרי קאָרבען, אַ באַרימטער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף און קענער פֿון געוויסע שטראָמען פֿון מוסולמענישן מיסטיציזם מיט אַ בפֿירוש קבלהדיקן טעם, האָט אָנגעהויבן זײַן גײַסטיקן וועג פֿון הײַדעגערס געדאַנקען וועגן דעם וועזן. אַנדערע פֿאָרשער באַמערקן די נאָענטקייט צווישן הײַדעגער און קבלה. עליאָט וואָלפֿסאָן, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון ייִדישע ענינים פֿונעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, איז זיך משער, אַז דער דײַטשישער פֿילאָסאָף האָט געקאָנט שעפּן קבלה-געדאַנקען פֿון פֿאַרשיידענע מיסטישע קוואַלן. אַזוי צי אַזוי, באַמערקט וואָלפֿסאָן אין זײַן בוך „שפּראַך, עראָס, וועזן‟, פּאָרן זיך הײַדעגערס געדאַנקען גאַנץ גוט מיט קבלה און קומען צו נוץ, ווען מע וויל בעסער פֿאַרשטיין די מקובלים.
צום בײַשפּיל, קלינגט הײַדעגערס באַנעם פֿון „יש ואין‟ גאַנץ קבלהדיק. לויט אים, דינט דווקא פּוסטקייט, ביטול-במציאות, ווי דער יסוד פֿון עקזיסטענץ. גאַנץ קבלהדיק קלינגען אויך זײַנע געדאַנקען וועגן פֿאַרשיידענע זיך-אַנטפּלעקנדיקע האָריזאָנטן פֿונעם מציאות, ווי אויך אַ סך אַנדערע ענינים, וואָס זענען צו קאָמפּליצירט פֿאַרן דאָזיקן אַרטיקל און פֿאָדערן אַ באַזונדערע באַשרײַבונג.
נישט געקוקט אויף אַלע פּראָבלעמאַטישע מאָמענטן, בלײַבט אַרענדט זיכער אַ גרויסע און וויכטיקע דענקערין. ס׳רובֿ מענטשן טראַכטן, אַז אין דער קאָמפּליצירטער אינטימער און אינטעלעקטועלער באַציִונג צווישן די דערמאָנטע צוויי דענקער האָט הײַדעגער געשפּילט די ראָלע פֿון אַ גוי אַן אַנטיסעמיט, וואָס האָט געפֿירט אַ ראָמאַן מיט אַ ייִדישער פֿרוי, אַ העלדישע קעמפֿערין קעגן טאָטאַליטאַריזם. אויב מע טראַכט זיך אָבער טיפֿער אַרײַן, מישן זיך זייערע ראָלעס חידושדיק אויס, שאַפֿנדיק אַ „ראָמאַן‟ פֿון צונויפֿגעפֿלאָכטענע פּאַראַדאָקסן.
דעם דײַטשישן חכם מאַרטין הײַדעגערס געדאַנקען קלינגען אָפֿט ייִדישלעך-קבלהדיק און ווירקן ווײַטער אויף די הײַנטיקע ייִדישע מחברים. להיפּוך, האָט חנה אַרענדט, אַ כּמו-דײַטשישע אייראָ-צענטריסטישע נאַציאָנאַליסטקע, באַטראַכט די ספֿרדים און „פּאות-ייִדן‟, וואָס האָבן אָנגעשריבן די קבלה-ספֿרים, ווי „ברוטאַלע מיזרחדיקע טיפּן‟. גיי פֿאַרשטיי די סתּירות פֿונעם מענטשלעכן וועזן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.