אין דער ייִדישער טראַדיציע, ווערט דאָס לעבן באַטראַכט ווי אַ זיך־קײַקלענדיקע ראָד — גלגל־החוזר. דאָס האַרטע איי דינט בײַ ייִדן ווי אַ סימבאָל פֿון אַבֿלות, ווײַל דער דאָזיקער מאכל דעמאָנסטרירט גאַנץ גראַפֿיש, ווי דאָס מענטשלעכע לעבן דרייט זיך און — נישט פֿאַר אונדז געדאַכט — קײַקלט זיך, צום סוף, אַוועק, אויף יענער וועלט.
דער הימל, וואָס דרייט זיך אָן אויפֿהער איבער אונדזערע קעפּ און ווײַזט אָן אויף די ייִדישע יום־טובֿים, ווערט אויך באַטראַכט ווי אַ ראָד — גלגל־המזלות. אָט קומען די ימים־נוראָים, ווען דער באַשעפֿער באַשליסט „כּמה יעבֿרון וכמה יבראון‟ — וויפֿל מענטשן עס וועלן אַוועקגיין אינעם קומענדיקן יאָר, און וויפֿל קינדער עס וועלן געבוירן ווערן. אָט קומט שוין חנוכּה, ווען די קינדער שפּילן דריידל, כּדי זיך פֿאָרצושטעלן, אויף אַ קינדערישן אופֿן, דעם קרײַזנדיק הלוך־ילך פֿונעם לעבן. דער מיסטישער פּראָצעס פֿון גילגולי־נשמות ווערט אויך, ווי באַקאַנט, אַסאָציִיִרט מיטן דרייעניש; די ווערטער „גלגל‟ און „גילגול‟ שטאַמען פֿונעם זעלבן שורש.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז די ייִדישע צײַטרעכענונג הייבט זיך אָן פֿון דער בראשית־תּקופֿה פֿון דער הײַנטיקער מענטשלעכער ציוויליזאַציע. הגם, ווי די וויסנשאַפֿטלער האָבן באַוויזן, עקזיסטירט די וועלט שוין מיליאַרדן יאָר, דערציילט אונדז די תּורה בלויז בלויז וועגן דעם פּעריאָד, ווען דער מענטש האָט דערגרייכט אַ געוויסע הויכע אינטעלעקטועל־גײַסטיקע השׂגה. די פֿריִערדיקע ריזיק־לאַנגע תּקופֿות ווערן פֿאַררעכנט בלויז ווי געציילטע טעג, אין פֿאַרגלײַך מיט דער רײַכער און קאָפּליצירטער געשיכטע פֿון אונדזער הײַנטיקער ציוויליזאַציע.
אין דער גמרא בבֿא־בתרא שטייט געשריבן, אַז אינעם גן־עדן זענען די פּיאַטעס פֿונעם מענטשן געווען אַזוי ווי צוויי זון־דיסקן — „גלגלי־חמה‟ — . אין זײַן וויזיע, האָט רבי בנאה, איינער פֿון די חז״ל, דערזען דעם עכטן אידעאַלן מענטש, וואָס די זון אַליין פֿאַרלירט איר גלאַנץ פֿאַר זײַנע פּיאַטעס. דער אָדם־הראשון האָט אָבער פֿאַרזוכט די פֿאַרבאָטענע פּרי און האָט זיך, נעבעך, אַראָפּגעקײַקלט פֿון זײַן הויכער מדרגות אין אונדזער גמשיותדיקער וועלט, וווּ עס הערשט דאָס אייביקע דרייעניש פֿון גלגלים און גילגולים.
אין סעפּטעמבער, האָט דער זשורנאַל „Science‟ („וויסנשאַפֿט‟), פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דער חידושדיקער אַנטדעקונג פֿון אַ גרופּע בריטישע פֿאָרשער, וועלכע האָבן געפֿונען בײַ געוויסע שפּרינגענדיקע זשוקעס אַ סיסטעם פֿון צאָנרעדער אינעם אָרגאַניזם.
די דערמאָנטע זשוקעס, וואָס זענען ברייט פֿאַרשפּרייט אין ענגלאַנד, בפֿרט אינעם דרום־מיזרחדיקן טייל פֿונעם לאַנד, האָבן אַ סיסטעם פֿון צאָנרעדער אין זייערע פֿיסלעך, צוליב וועלכע זיי קאָנען שפּרינגען מיט אַ ריזיקער פֿאַרגיכערונג, ווי אַ מין „לעבעדיקער ראַקעט‟. צוליב אומקלאָלע סיבות, געפֿינט זיך אַזאַ מעכאַניזם בלויז אין יונגע זשוקעס. ווען זיי וואַקסן אונטער, ווערן זייערע צאָנרעדלעך צעבראָכן, וואָס שטערט זיי אָבער נישט צו לעבן און שפּרינגען ווײַטער.
אויפֿן סמך פֿונעם דאָזיקן אַרטיקל, האָט זיך אויף די פּאָפּולערע וועבזײַטן פֿאַרשפּרייטן אַ קלאַנג, אַז צום ערשטן מאָל האָט מען אין דער נאַטור געפֿונען אַזאַ סיסטעם פֿון רעדער, וואָס דערמאָנט די מעכאַניזמען פֿון די מאָדערנע אויטאָס, וואָס דערמעגלעכן צו רעגולירן די גיכקייט. אין דער אמתן, אָבער, באַשטייט דער שפּרינג־מעכאַניזם פֿון די דאָזיקע זשוקעס נישט פֿון עכטע רעדער, וואָס קאָנען זיך דרייען אַרום אַן אַקס. זיי דערמעגלעכן בלויז צו געבן אַ האַלבן אומדריי. פֿונדעסטוועגן, איז די אַנטדעקונג טאַקע גאַנץ חידושדיק.
צי זענען אין דער נאַטור טאַקע נישטאָ קיין אַנדערע בײַשפּילן פֿון אַזעלכע סיסטעמען? לאוו־דווקא.
די מיקראָסקאָפּישע „קאַנטשיקלעך‟, וואָס דערמעגלעכן די באַקטעריעס און אַנדערע איינצעליקע אָרגאַניזמען צו באַוועגן זיך, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ קאָמפּליצירטן עלעקטרישן מאָטאָר מיט אַ זיך־דרייענדיקער ראָד, צוגעלאָנטשט צו אַ פּראָפּעלער. אַזעלכע לעבעדיקע מעכאַניזמען שפּילן אויך אַ גרויסע ראָלע אינעם מענטשלעכן לעבן, ווײַל די זרע־צעלן פֿון אַ מאַן זענען אויסגעשטאַט מיט די „סובמאַרין־מאָטאָרן‟, וואָס דרינגען אַרײַן אינעם גוף פֿון אַ פֿרוי און דערמעגלעכן איר צו שוואַנגערן.
די נאַטירלעכע „נאַנאָ־מאָטאָרן‟ קאָנען זיך דרייען גאָר גיך — ביז 17,000 מאָל אַ סעקונדע, ווי די רעדער פֿון די גיכסטע ספּאָרט־אויטאָס, הגם די פּראָפּעלערן באַוועגן זיך פּאַמעלעכער, אָבער נאָך אַלץ גאַנץ גיך, ווי אַ געוויינטלעכער אויטאָמאָביל.
ווי עס ווײַזן אָן אַ צאָל פֿאָרשונגען — צום בײַשפּיל, אַן אינטערנאַציאָנאַלע שטודיע פֿונעם האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, בראָש מיט פּראָפֿעסאָר האָוואַרד בערג — זענען די לעבעדיקע מאָטאָרן אין די צעלן אויסגעשטאַט מיט קאָמפּליצירטע סיסטעמען פֿון עכטע צאָנרעדער. אין פֿאַרגלײַך מיט די דערמאָנטע אינסעקטן, דרייען זיך די נאַנאָ-רעדלעך טאַקע אַרום אַן אַקס און פֿירן זיך אויף ממש ווי אַ מעכאַניזם פֿון אַן אונטערוואַסערשיף, אויסגעשטאַט מיט עלעקטרישע מכשירים און מעכאַנישע מיטלען, וואָס קאָנטראָלירן די שנעלקייט.
ווי געזאָגט, איז עס קלאָר, אַז אינעם פּראָצעס פֿונעם מענטשלעכן לעבן שפּילט אַ שליסל־ראָלע דער אינערלעכער „גלגל־החיים‟. אַ סך אַנדערע קריטיש־וויכטיקע פּראָצעסן אין די לעבעדיקע אָרגאַניזמען נייטיקן זיך אויך אין אַזעלכע נאַטירלעכע מאָטאָרן. אויב די דערמאָנטע וויסנשאַפֿטלעכע השערות זענען גערעכט, שטעקן אין אונדזערע גופֿים גאָר קאָמפּליצירטע סיסטעמען פֿון צאָנרעדער און גיי ווייס, וועלכע נאָך וווּנדערלעכע חכמות.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די קינסטלעכע סיסטעמען פֿון צאָנרעדער זענען אויך אַ גענוג אַלטע המצאה, היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט דער חכמה פֿונעם אוראַלטן גריכנלאַנד. די גריכישע חכמים האָבן באַנוצט צאָנרעדער נאָך אין די צײַטן פֿונעם צווייטן בית־המיקדש. מיט איבער 2,100 יאָר צוריק האָבן די גריכן שוין דערפֿונדן אַ מעכאַנישן קאַלקולאַטאָר, מיט וועלכן מע האָט געקאָנט פֿירן אַסטראָנאָמישע חשבונות. די אַרכעאָלאָגן האָבן געפֿונען אַזאַ מכשיר, באַקאַנט ווי דער „אַנטיקיטערער מעכאַניזם‟, צווישן די רעשטלעך פֿון אַ דערטרונקענער אוראַלטער שיף לעבן דעם גריכישן אינדזל אַנטיקיטערע. לעצטנס האָט מען באַשטעטיקט, אַז דער קאַלקולאַטאָר איז באַשטאַנען פֿון לכל־הפּחות 30 צאָנרעדער.
אין די 1740ער יאָרן, האָט דער שאָטלענדישער קאַטוילישער מאָנאַך ענדרו גאָרדאָן געשאַפֿן די ערשטע באַקאַנטע עלעקטרישע מאָטאָרן. אינעם 19טן יאָרהונדערט האָבן די אינזשענירן זיך דערטראַכט צו די יסודות פֿון די טעכנאָלאָגיעס, וועלכע האָבן צוגעגעבן נאָך מער דרייעניש צום גלגל־החוזר פֿון אונדזער וועזן. אַ סך מענטשן קאָנען הײַנט זיך נישט פֿאָרשטעלן זייער לעבן אָן אויטאָס, באַנען, עראָפּלאַנען… עס באַקומט זיך אָבער, אַז נישט בלויז אינעם מעטאַפֿיזישן, נאָר אויך אינעם בוכשטעבלעכן זין, שטעקן די וויכטיקסטע „מאָטאָרן‟ פֿון אונדזער לעבן־דרייעניש אין די נאַטירלעכע מענטשלעכע באַציִונגען.
(שײַכותדיקע אַרטיקלען: מעטאַפֿיזיק פֿונעם דריידל, “לפֿני אחד מה אתּה סופֿר?”)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.