בײַ די אַקטיוויסטן פֿון ביידע צדדים אינעם קאַמף צו בויקאָטירן ישׂראל, איז האָליוווּד געוואָרן אַ רײַף אָרט דורכצופֿירן זייער אַרבעט.
די באַוועגונג צו בויקאָטירן, סאַנקציאָנירן און נישט אינוועסטירן אין ישׂראל צוליב איר אָקופּאַציע פֿונעם מערבֿ־ברעג (באַקאַנט מיט די ראָשי־תּיבֿות BDS), האָט שוין איבערצײַגט געוויסע פּאָפּולערע זינגער נישט אויפֿצוטרעטן אין ישׂראל. צווישן די בויקאָטירנדיקע פּערזענלעכקייטן זענען עלוויס קאָסטעלאָ, אַני לענאָקס און סטיווי וואָנדער.
אינסטערעסאַנט איז אויך צו באַמערקן, וועלכע באַרימטע זינגער האָבן דווקא איגנאָרירט די בויקאָטיר־קאַמפּאַניע, און יאָ אויפֿגעטראָן אין ישׂראל: ליידי גאַגאַ, אַלישאַ קיס, באָב דילאָן און מאַדאָנאַ.
לעצטנס האָט אַן אַנטי־BDS אָרגאַניזאַציע אײַנגעפֿירט אַ נײַעם צוגאַנג צו איר קאַמפּאַניע. די גרופּע, Creative Community for Peace, האָט זיך געוואָנדן צו אַ צאָל הויך־ראַנגיקע האָליוווּד־עקזעקוטיוון, וועלכע האָבן פֿון פֿריִער אויסגעדריקט סימפּאַטיע פֿאַר ישׂראל, זיי זאָלן פּועלן בײַ די אַרטיסטן אויפֿצוטרעטן אין ישׂראל.
„צוליב דעם וואָס אונדזערע מיטגלידער האָבן קאָנטאַקטן אין דער אינדוסטריע, האָבן מיר געקאָנט זיך ווענדן צו די אַרטיסטן און זייערע פֿאַרמיטלער, כּדי זיי צו געבן אַ מער באַלאַנסירטע אינפֿאָרמאַציע וועגן ישׂראל,‟ האָט דערקלערט לאַנאַ מעלמאַן, די דירעקטאָרין פֿון CCFP. „מיר זאָגן זיי וואָס די BDS־קאַמפּאַניע טוט, און אַז אירע רעפּרעזענטאַנטן וועלן זיי אפֿשר פּרוּוון איבערצײַגן נישט צו מאַכן קיין קאָנצערטן אין ישׂראל. מיר גיבן זיי איבער וועגן דער אַרטיסטישער פֿרײַהייט, וואָס געפֿינט זיך אין ישׂראל, און פּרוּוון פּועלן בײַ זיי נישט צו אַנולירן זייערע קאָנצערטן דאָרט.‟
דעם זומער האָבן די כּוחות פֿון ביידע צדדים געהאַט אַ ממשותדיקן צוזאַמענשטויס. די פּאָפּולערע זינגערין אַלישאַ קיס האָט געזאָלט אויפֿטרעטן אין תּל־אָבֿיבֿ דעם 4טן יולי. די BDS־באַוועגונג האָט געזאַמלט 16,000 אונטערשריפֿטן פֿאַר אַ פּעטיציע, בעטנדיק קיס „נישט אויפֿצוטרעטן אין דער אַפּאַרטהײַד־מלוכה, ישׂראל‟. צוויי פֿון די אונטערשרײַבער זענען געווען די ראָק־גרופּע „פּינק פֿלויד‟ און די שרײַבערין אַליס וואָקער, וועלכע האָט אויך פֿאַרעפֿנטלעכט עטלעכע בריוו צו קיס, רופֿנדיק זי צו בויקאָטירן ישׂראל.
רעאַגירנדיק אויף דעם, האָבן די עקזעקוטיוון פֿון דער מוזיק־אינדוסטריע אָרגאַניזירט אַ קאָנטער־פּעטיציע, פּראָטעסטירנדיק וואָקערס פֿאַרגלײַך פֿון ישׂראל מיט דרום־אַפֿריקע בעת איר אַפּאַרטהײַד־תּקופֿה, און רופֿנדיק אַלע אַרטיסטן אויפֿצוטרעטן אין ישׂראל, כּדי צו דערמעגלעכן „דעם כּוח פֿון אײַער מוזיק צו ברענגען האָפֿענונג און שלום אין דעם ראַיאָן‟. די פּעטיציע האָט צוגעצויגן 18,000 אונטערשריפֿטן, און קיס איז דעם 4טן יולי טאַקע אויפֿגעטראָטן אין תּל־אָבֿיבֿ.
נישט געקוקט אויף דעם נצחון, איז די בויקאָטיר־באַוועגונג נישט גרינג צו באַקעמפֿן אין דער פֿאַרווײַלונג־אינדוסטריע, האָט באַמערקט דוד סיגל, דער ישׂראלדיקער גענעראַל־קאָנסול אין לאָס־אַנדזשעלעס. „אַרטיסטן זענען צוגעוווינט צו זײַן באַליבט בײַ אַלעמען, און איצט באַקומען אַ טייל פֿון זיי פֿײַנטלעכע בריוו און פּעטיציעס קעגן זיי,‟ האָט סיגל געזאָגט. „דערפֿאַר איז דער בעסטער מיטל צו רעדן מיט זיי דורך די אינעווייניקסטע מענטשן אין דער פֿאַרווײַלונג־אינדוסטריע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.