ווען איך לייען וועגן דער שטיצע, וואָס מערבֿדיקע ייִדן האָבן געגעבן דעם ביראָבידזשאַנער פּראָיעקט, איז שווער זיך אײַנצוהאַלטן פֿון אָפּשאַצן די ענטוזיאַסטן פֿון ביראָבידזשאַן ווי, אין בעסטן פֿאַל, נאַיִווע לײַט. איך פֿאַרשטיי, אַז ס’איז גרינג צו זײַן אַ חכם, קוקנדיק אויף דעם אַלץ פֿון אַזאַ גרויסן צײַט-אָפּשניט און זעענדיק, וואָס פֿון די אַלע אידעען האָט זיך סוף-כּל-סוף באַקומען. דאָך, זײַנען ס’רובֿ מענטשן, אַפֿילו מיט יאָרצענדליקער צוריק, געווען סקעפּטיש וועגן דער גאַנצער ווײַט-מיזרחדיקער ייִדישער אוטאָפּיע. און אויף אַ באַווײַז פֿון אַזאַ, וואָלט איך געזאָגט, „קוואַליפֿיצירטן סקעפּטיציזם‟ האָב איך זיך לעצטנס אָנגעשטויסן אין דעם אַרכיוו פֿון „דזשוינט‟.
מיט 75 יאָר צוריק, אין האַרבסט 1938, האָט דער „דזשוינט‟, אָדער פּינקטלעכער — „אַגראָ-דזשוינט‟, אויפֿגעהערט צו אַרבעטן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דאָס הייסט ניט, אַז דעם „דזשוינט‟ איז די דאָזיקע אַרבעט נימאס געוואָרן. אַדרבה, מע האָט אים פּשוט אַרויסגעשטעלט פֿון דעם לאַנד, וואָס איז דעמאָלט שוין געווען אין גאַנצן פּאַראַנאָיִש און ניט געוואָלט האָבן בײַ זיך קיין שום אויסלענדישע אָרגאַניזאַציעס. דער גורל פֿון די סאָוועטישע בירגער, וועלכע האָבן געאַרבעט פֿאַרן „דזשוינט‟, איז געווען, בדרך-כּלל, אַ טראַגישער. וועגן דעם האָט פּרטימדיק דערציילט מיכאַיִל מיצעל איז זײַן בוך „דער לעצטער קאַפּיטל: דער אַגראָ-דזשוינט אין די יאָרן פֿונעם גרויסן טעראָר‟ (זען //yiddish.forward.com/articles/167702/-/). אָבער דער אָנפֿירער פֿונעם „אַגראָ-דזשוינט‟, יוסף ראָזען, איז געווען אַן אַמעריקאַנער בירגער און האָט געקענט פֿאַרלאָזן רוסלאַנד.
אָנגעשטויסן האָב איך זיך טאַקע אויף זײַן בריוו, געשריבן אין יאָר 1944, ווען מע האָט זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ פּלאַן, אַריבערצופֿירן קיין ביראָבידזשאַן טויזנטער ייִדישע יתומים. אייניקע האָבן גערעדט וועגן 30 טויזנט קינדער, אַנדערע — וועגן עטלעכע טויזנט. מע האָט אַפֿילו געחלומט וועגן שיקן אַהין די ניצול-געוואָרענע קינדער פֿון אַנדערע מיזרח-אייראָפּעיִשע לענדער. לסוף, האָט מען אַהין געבראַכט ווייניקע פֿון אַ הונדערט ייִנגלעך און מיידלעך. הקיצור, פֿון דעם גאַנצן פּראָיעקט האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם.
דערווײַל אָבער האָט מען אין אַמעריקע אַנטוויקלט אַ קאַמפּאַניע פֿון צונויפֿקלײַבן געלט ווי אויך פֿאַרשיידענע נייטיקע זאַכן פֿאַר אַזאַ פּראָיעקט. אַ היפּש ביסל האָט מען אַפֿילו באַוויזן צו שיקן קיין ביראָבידזשאַן. אין יאָר 1949 וועט מען עס „קאָנטראָלירן‟ און באַשולדיקן די אָנפֿירער פֿון דער ייִדישער געגנט אין צעגנבֿענען אַ טייל פֿון די צוגעשיקטע זאַכן; און צו דעם וואָלט מען נאָך אפֿשר ניט שטאַרק זיך געטשעפּעט, נאָר אין מאָסקווע איז מען געווען אויפֿגעבראַכט פֿונעם פֿאַקט אַליין, אַז די געגנטלעכע אָנגעשטעלטע האָבן געהאַט אַ דירעקטן קאָנטאַקט מיט אויסלאַנד. דאָס איז שוין געווען אַ שרעקלעכער פֿאַרברעכן, און אַ צאָל מענטשן האָבן פֿאַר אָט די קאָנטאַקטן זייער טײַער באַצאָלט — אין תּפֿיסות און לאַגערן.
יוסף ראָזען, וואָס האָט זייער גוט אויסגעלערנט די מידות פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג, האָט געוואָרנט די אָנפֿירער פֿון „דזשוינט‟, זיי זאָלן זיך ניט פֿאַרפֿירן מיט דעם דאָזיקן ענין. אָט וואָס ער האָט, בפֿרט, געשריבן דעם 11טן מײַ 1944:
איך וועל זאָגן אָפֿן, אַז איך קוק גאַנץ פּעסימיסטיש אויף דער צוקונפֿט פֿון אונדזער פֿאָלק אין רוסלאַנד. עס וואָלט מיך ניט געחידושט, ווען סטאַלין וואָלט באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ נײַעם „תּחום-המושבֿ‟ אין ביראָבידזשאַן און אַרויסגעשיקט אין דער דאָזיקער „אויטאָנאָמער‟ געגנט ס’רובֿ פּליטים און עוואַקויִרטע, וואָס געפֿינען זיך איצט אין רוסלאַנד, טוענדיק עס מיט דער גאַנצער ברוטאַלקייט, אויף וועלכער ער איז פֿעיִק בײַם רעאַליזירן זײַנע באַליבטע פּראָיעקטן. אין דעם הינזיכט וואָלטן אַפֿילו די נאַציס געקענט לערנען בײַ אים אַ פּאָר זאַכן. איצט פֿאַרשטיי איך פֿון דעם קאָנפֿידענציאַנאַלן דאָקומענט, פֿאַרעפֿנטלעכן אין דעם „טאָג‟ (זען דעם נעכטיקן בולעטין פֿון דער ייִדישער טעלעגראַפֿן-אַגענץ), אַז אַפֿילו די פּוילישע אונטערערד און די פּוילישע רעגירונג אין לאָנדאָן ווילן עס זאָל געשאַפֿן ווערן אַ ייִדישע מלוכה אין דעם ווײַטן מיזרח (דאָס הייסט ביראָבידזשאַן), וואָס וואָלט געגעבן זיי די מעגלעכקייט פּטור צו ווערן פֿון דעם רעשטל זייער ייִדישער באַפֿעלקערונג און ניט לאָזן די ייִדישע פּליטים זיך אומצוקערן פֿון רוסלאַנד קיין פּוילן.
אַגבֿ, דעם באַריכט פֿונעם טעלעגראַפֿן-אַגענץ קען מען לייענען: //jta.org/1944/05/10/archive/jews-must-be-prevented-from-returning-to-poland-polish-government-envoy-warns. איך האָב דאָרטן ניט דערזען קיין דערמאָנונג פֿון „ווײַטן מיזרח‟. די רייד גייט וועגן אַ ייִדישער היים אין „מיזרח־אייראָפּע‟.
הקיצור, האָבן מיר דאָ שוין צוויי אוטאָפּיעס: ערשטנס, מיט די קינדער. צווייטנס, מיט די פּוילישע ייִדן. אַ סבֿרא, אַז פֿון דעם אַלץ האָט געקענט אויסוואַקסן דער ברייט פֿאַרשפּרייטער קלאַנג, וועגן סטאַלינס פּלאַן פֿון אַרויסשיקן די ייִדן אין ביראָבידזשאַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.