רבי יהונתן אייבעשיץ, איינער פֿון די גרעסטע רבנים פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, איז אָנגענומען אין די פֿרומע קרײַזן ווי אַ קלאַסישער פֿרומער דענקער. אין סאַטמאַר און אין אַ סך חסידישע קרײַזן ווערט זײַן פּערזענלעכקייט און זײַנע ספֿרים באַטראַכט ווי אַ הייליקער מוסטער פֿון חסידות אָדער כּמו־חסידות, ווײַל אייבעשיץ, אַ פּראָגער ייִד, האָט אַרויסגעזאָגט אַ סך געדאַנקען, וואָס שטימען מיט דער תּורה פֿון זײַן גרויסן פּאָדאָליער מיטצײַטלער, רבי ישׂראל בעל־שם־טובֿ. אַ גאַנצע ריי שפּעטערדיקע חסידישע רביים האָבן אויסגעבויט זייערע ספֿרים אויף די יסודות פֿון ביידע הייליקע פֿיגורן — אייבעשיץ און דער בעש״ט.
רבי יעקבֿ עמדען, אַן אַנדער באַרימטער רבֿ פֿון דער זעלבער תּקופֿה, איז געווען אַ פֿאַרביסענער רודף פֿון די שבתי־צבֿיניקעס און געהאַלטן אַ גאַנצע פּערזענלעכע מלחמה מיט אייבעשיץ. אין זײַן אַגיטאַציע־ווערק „מגילת־ספֿר‟ האָט עמדען שטאַרק איבערגעכאַפּט די מאָס; צווישן אַנדערן, האָט ער באַשולדיקט דעם חשובֿן פּראָגער רבֿ אין סעקסועלע באַציִונגען מיט זײַן אייגענער טאָכטער. צוליב אַזעלכע ווילדע באַשולדיקונגען האָט עמדען פֿאַרלוירן זײַן פּאָזיציע און געמוזט אַנטלויפֿן פֿון אַלטאָנע קיין אַמסטערדאַם.
דער אַנאַליז פֿון אייבעשיצס ווערק, בפֿרט פֿון זײַן ספֿר „שם־עולם‟, ווײַזט אָבער גאַנץ קלאָר, אַז ער האָט זיך, צום ווייניקסטן, באַצויגן מיט אַ סימפּאַטיע צו די געדאַנקען פֿון שבתי־צבֿיס נאָכפֿאָלגער. אין דער אמתן, זענען אַ סך שבתי־צבֿיניקעס געווען, אַחוץ זייער משיחישע האָפֿענונגען, אינגאַנצן טראַדיציאָנעלע ייִדן; אַ צאָל זייערע ספֿרים זענען אָנגענומען געוואָרן ווי כּשרע און הייליקע. צום בײַשפּיל, איז צווישן די משפּחה־רעליקוויעס פֿונעם פֿאָריקן סאַטמאַרער רבין, משה טייטלבוים, אָפּגעהיט געוואָרן אַן עקזעמפּלאַר פֿון „חמדת־ימים‟, וואָס האָט געהערט צו דעם גרינדער פֿון דער סאַטמאַרער דינאַסטיע, וועלכער האָט געטראָגט דעם זעלבן נאָמען. דער אַנאָנימער ספֿר „חמדת־ימים‟ האָט בלי־שום־ספֿק אַ שײַכות צו די שבתי־צבֿיניקעס.
אינעם יאָר 1724 האָט אין דער ייִדישער וועלט אָנגעהויבן צירקולירן דער מיסטעריעזער בפֿירוש שבתי־צבֿינישער כּתבֿ־יד „ואבֿוא היום אל העין‟. עמדען איז געווען זיכער, אַז אייבעשיץ האָט עס אָנגעשריבן. גרשום שלום, דער גרויסער קבלה־פֿאָרשער, און ס׳רובֿ אַנדערע היסטאָריקער, זענען מסכּים אין דעם פֿאַל מיט עמדענען. ד״ר דוד האַלפּערין, אַ באַקאַנטער מומחה אין דער געשיכטע פֿון די שבתי־צבֿיניקעס, האָט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז די וואָך האָפֿט ער צו פֿאַרענדיקן זײַן אַרבעט איבער דער ענגלישער איבערזעצונג פֿונעם דערמאָנטן גאָר וויכטיקן היסטאָרישן כּתבֿ־יד, „ואבֿוא היום אל העין‟. פֿאַרן פּענסיאָנירן, האָט האַלפּערין געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רעליגיעזע שטודיעס בײַם אוניווערסיטעט פֿון צפֿון־קאַראָלײַנע.
אינעם יאָר 2001, האָט האַלפּערין, בשותּפֿות מיט עליאָט וואָלפֿסאָן, אַן אַנדער באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון קבלה, אַרויסגעגעבן אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון אַבֿרהם־מיגועל קאַרדאָזאָס ווערק, באַגלייט מיט אַ שיינעם אַרײַנפֿיר און ביאָגראַפֿישע פּרטים. קאַרדאָזאָ איז געווען איינער פֿון די באַרימטסטע שבתי־צבֿינישע מקובלים; אַ טייל פֿון זײַנע געדאַנקען, נישט געקוקט אויף דעם סתּירותדיקן קוואַל, זענען אויך אַרײַן אין אַ צאָל אָנגענומענע פֿרומע ספֿרים. מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָט דער פּראָפֿעסאָר פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך וועגן דעם דורכגעפֿאַלענעם משיח אַליין, שבתי צבֿי.
האַלפּערינס בלאָג טראָגט אַ טשיקאַוון קעפּל: „Journal of a UFO Investigator‟ (דער זשורנאַל פֿון אַן אויספֿאָרשער פֿון „פֿליִענדיקע טעלערס‟). אַזוי הייסט אַ האַלב־פֿאַנטאַסטישער ראָמאַן, באַגרינדעט אויף זײַן אויטאָ־ביאָגראַפֿיע, וועלכן ער האָט פּובליקירט מיט צוויי יאָר צוריק. אין סעפּטעמבער, נאָכן טויט פֿון הרבֿ שרגא־פֿײַוול (פֿיליפּ) בערג, דער גרינדער פֿונעם „קבלה־צענטער‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט האַלפּערין פֿאַרגליכן אין זײַן בלאָג בערגן מיט שבתי צבֿי. ביידע האָבן, לויט זײַן מיינונג, געפּרוּווט צו פֿאַרשפּרייטן קבלה און גובֿר זײַן די אָנגענומענע סאָציאַלע באַגרענעצונגען, האָפֿנדיק צו שאַפֿן אַ בעסערע וועלט:
//www.davidhalperin.net/madonnas-kabbalist-philip-berg-and-the-kabbalah-centre-part-2/
אויפֿן ערשטן בליק, קלינגט עס ווי אַ מאָדנער פֿאַרגלײַך. שבתי צבֿיס חסידים האָבן, בײַם אָנהייב, איבערגעצײַגט דרײַ פֿערטל ייִדן אין דער וועלט, אַז עס וועט באַלד קומען דער עכטער משיח. אַפֿילו ווען דער טערקישער סולטאַן האָט געצוווּנגען צבֿי צו ווערן אַ מוסולמענער, האָט אַ גענוג גרויסער טייל פֿון זײַנע נאָכפֿאָלגער געגלייבט אין אים ווײַטער. צוליב דעם, אַגבֿ, רופֿן זיי זיך אָן אַליין „מאמינים‟. טויזנטער פֿון זייערע עם־הארצישע און סעקולאַריזירטע אייניקלעך — האַלב־ייִדן, האַלב־מוסולמענער — לעבן נאָך אַלץ אין טערקײַ. נישט געקוקט אויף דעם געהיימען טאָפּלטן לעבן, האָבן די אָריגינעלע שבתי־צבֿיניקעס אָבער נישט אַרויסגעוויזן גרויס ליבשאַפֿט צו די גויים אָדער אַן אינטערעס צו פֿאַרשפּרייטן צווישן זיי קבלה.
להיפּוך, איז דער „קבלה־צענטער‟ אַ בפֿירוש אוניווערסאַלער און אָפֿענער פּראָיעקט. זײַנע גרינדער האַלטן, אַז צווישן ייִדן און גויים איז נישטאָ קיין ממשותדיקער חילוק. להיפּוך צו צבֿי, איז בערג שטענדיק געבליבן אַ פֿרומער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר און זיך קיינמאָל נישט פֿאָרגעשטעלט ווי משיח.
אין זײַן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, דערקלערט האַלפּערין, פֿאַרוואָס זײַן פֿאַרגלײַך איז, לויט זײַן מיינונג, באַרעכטיקט. — דוד, ווען האָט איר זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער געשיכטע פֿון די שבתי־צבֿיניקעס?
— אַרום 1975־1976, נאָכן איבערלייענען גרשום שלומס ווערק. איך האַלט, אַז די שבתי־צבֿינישע באַוועגונג איז געוואָרן מער אינטערעסאַנט דווקא נאָך דעם, ווי זייער „משיח‟ איז געוואָרן אַ מוסולמענער, ווײַל זײַנע געבליבענע חסידים זענען געוואָרן אָריגינעלער און ראַדיקאַלער.
— מיר דאַכט זיך, אַז גרשום שלום איז געווען צו טרוקן, צו ראַציאָנאַליסטיש אין זײַן אַנאַליז פֿון די ייִדישע מיסטישע באַוועגונגען…
— ניין, איך בין נישט מסכּים! שלום וואָלט, מסתּמא, פּראָטעסטירט קעגן אַזאַ אָפּשאַצונג. ער האָט באַטראַכט די שבתי־צבֿיניקעס ווי אַ מין פֿאָרלויפֿער פֿון ציוניזם.
— נאָר זייער באַוועגונג איז דאָך געווען אַ רוחניותדיקע, נישט קיין פּאָליטישע?
— לאוו־דווקא. דערמאָנט זיך, למשל, ווי שבתי צבֿי האָט זיך אַמאָל אַרײַנגעריסן בגוואַלד שבת אין אַ שיל. שלום האָט געמיינט, אַז ייִדן אין יענער תּקופֿה זענען געווען גרייט צו אַ פֿיזישער גאולה, אָבער זייער „משיח‟ איז געווען צו שוואַך.
— נו, די הײַנטיקע סאַטמאַרער חסידים שלאָגן זיך אויך צומאָל אין די שילן. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז זיי זענען ציוניסטן אָדער פּאָליטישע אַקטיוויסטן. און דערצו, האָבן די שבתי־צבֿינישע דענקער געהאַלטן פּונקט פֿאַרקערט, אַז זיי האָבן געהאַט אַן עכטן משיח, אָבער די גאולה איז דורכגעפֿאַלן, ווײַל ייִדן האָבן נישט גענוג געגלייבט אין אים.
— יאָ, דאָס איז אמת. שלום האָט עס איבערגעדרייט אויף קאַפּויער.
— איר ווייסט, אַז הרבֿ יהודה־לייב אַשלג, וואָס זײַן שיטה האָט אינספּירירט בערגס „קבלה־צענטער‟ איז געווען אַ לינקער אינטערנאַציאָנאַליסט, להיפּוך צו די שבתי־צבֿיניקעס?
— יאָ, איך ווייס. נישט אַלע שבתי־צבֿיניקעס האָבן זיך אָבער נעגאַטיוו באַצויגן צו גויים. למשל, אייבעשיץ האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז די נישט־ייִדן וועלן אינטעגרירט ווערן אין דער צוקונפֿטיקער אוניווערסאַלער וועלט־רעליגיע.
— איר האַלט, אַז אייבעשיץ איז דער מחבר פֿון „ואבֿוא היום אל העין‟? אין זײַן ספֿר „שם־עולם‟ שרײַבט ער טאַקע יאָ גאַנץ פּאָזיטיווע זאַכן וועגן גוייִם, בפֿרט וואָס שייך די גריכישע פֿילאָסאָפֿן.
— יאָ, איך מיין, אַז ער האָט עס אָנגעשריבן. אַן אַנדער עלעמענט, וואָס שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע סײַ בײַ די שבתי־צבֿיניקעס, סײַ אינעם קבלה־צענטער, איז אַז זיי ביידע טײַטשן דעם תּנ״ך כּסדר אָפּ שלא־כּפּשוטו.
— נו, דאָס טרעפֿט זיך נישט זעלטן בײַ די חסידים אויך. זאָגט מיר, פֿונוואַנען איז בײַ אײַך דער אינטערעס צו די „פֿליִענדיקע טעלערס?‟
— ווען איך בין געווען אַ בר־מיצווה־ייִנגל, האָב איך באמונה־שלמה געגלייבט אין די „פֿליִענדיקע טעלערס‟ און זיך אַקטיוו אינטערעסירט מיט אַלץ, וואָס האָט אַ שײַכות צו זיי. איצט דענק איך, אַז דאָס, וואָס אַ טייל מענטשן גלייבן אין די „אומדערקענטע פֿליִענדיקע אָביעקטן‟, איז אַ וויכטיקער און אינטערעסאַנטער רעליגיעזער פֿענאָמען.
— איר ווייסט, אַז רבי יהונתן אייבעשיץ האָט געמיינט, אַז דער מגדל־בבֿל איז געווען אַ קאָסמאָס־שיף?
— יאָ, איך האָב עס געלייענט אין אייבעשיצס ספֿר מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק. גענויער, שרײַבט ער, אַז דער טורעם גופֿא איז געווען אַ קאָסמאָדראָם, וואָס די בויער פֿונעם מגדל־בבֿל האָבן פּלאַנירט, טאָמער עס קומט אַ נײַער מבול, אַוועקצופֿליִען פֿון דאָרטן אויף דער לבֿנה.
ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, נאָכן שמועס מיטן חשובֿן פּראָפֿעסאָר, אַז הרבֿ יהודה־לייב אַשלג האָט זיך אויך אינטערעסירט מיט דער קאָסמישער טעמע. אין איינעם פֿון זײַנע עסייען שרײַבט ער, אַז אויף די אַנדערע פּלאַנעטן קאָנען, אין פּרינציפּ, לעבן אַנדערע שׂכלדיקע באַשעפֿענישן, וואָס צווישן זיי קאָן זײַן אַן אַנאַלאָג פֿון ייִדן.
ס׳קומט אויס, אַז אין דעם־אָ פּרט איז פֿאַראַן צווישן זיי אַ פּאַראַלעל; אַ מיסטיקער מיט אַ ברייטער דעה האָפֿט, אַז די סודות פֿונעם וועזן זענען נישט באַגרענעצט בלויז מיט די באַציִונגען צווישן ייִדן און גויים.
(שײַכותדיקע אַרטיקלען: רבנים און פֿרעמד־פּלאַנעטישע באַשעפֿענישן)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.