די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך דערציילט וועגן דעם קאָנטראָווערסאַלן בוך פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער פּראָפֿעסאָר שלמה זאַנד. דער מחבר דערקלערט, אַז ער האַלט זיך נישט מער פֿאַר אַ ייִד, ווײַל די וועלטלעכע ייִדישקייט אָן אמונה און אָן דער ייִדישער שפּראַך זעט פֿאַר אים אויס ליידיק און אומזיניק. דאָס בוך איז געווידמעט דעם גרויסן בונדיסטישן דענקער וולאַדימיר מעדעם.
צווישן אַנדערע שאַרפֿע טענות, קריטיקירט זאַנד די וועלטלעכע ייִדישע אידענטיפֿיקאַציע אין דער הײַנטיקער אַמעריקע. אַ טייל מענטשן באַטראַכטן סטענלי קובריקס פֿילמען ווי „ייִדישע‟, צוליב דעם רעזשיסאָרס ייִדישן אָפּשטאַם, הגם זיי האָבן נישט קיין שײַכות צו ייִדישקייט. די ווערק פֿונעם גרויסן שרײַבער סאָל בעלאָו האָבן יאָ אַ שײַכות צו ייִדישקייט; איז ער אָבער געווען אַ ייִדישער שרײַבער? ניין, גיכער אַן ענגלישער אָדער אַמעריקאַנער. נישט ווייניק אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס גלייבן נישט אין קיין רעליגיע, הענגען אויף חנוכּה־לעמפּלעך אויף זייערע ניטל־יאָלקעס, ווי אַ סימן פֿון זייער אַמעריקאַנער ירושה. צי קאָן מען עס אָבער ערנסט באַטראַכטן ווי אַ ייִדישן מינהג?
נאָך אַ ריי אַזעלכע טענות, מאַכט זאַנד דעם אויספֿיר, אַז די ייִדישע קהילות אין אַמעריקע, אַחוץ אַזעלכע טראַדיציאָנעלע קרײַזן, ווי די ייִדיש־רעדנדיקע חסידים, האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין פֿאַרמאַכטע קלובן, וווּ די ייִדישקייט ווערט באַטראַכט בלויז ווי אַ מיטגלידשאַפֿט־קאַרטל, אָן קיין ממשותדיקן קולטורעלן אָדער גײַסטיקן תּוכן. ווען איך האָב געשמועסט מיטן תּל־אָבֿיבֿער פּראָפֿעסאָר און געשריבן מײַן אַרטיקל וועגן זײַן בוך, האָב איך געטראַכט, צי זײַן נעגאַטיווע כאַראַקטעריסטיק איז טאַקע אַ ביסל איבערגעטריבן. אַקוראַט אין דער זעלבער צײַט, זענען צוויי אָנגעזעענע אַמעריקאַנער ייִדן, סטיווען כּהן און קערי אָליצקי, אַרויסגעטראָטן מיט אַ פֿאָרלייג, וואָס האָט פֿאַקטיש באַשטעטיקט זאַנדס דיאַגנאָז.
פּראָפֿעסאָר כּהן איז אַ מומחה אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער דעמאָגראַפֿיע. אָליצקי, אַ רעפֿאָרמער ראַבינער, פֿירט אָן מיט דער אָרגאַניזאַציע „דאָס גרויסע ייִדישע געצעלט‟, וואָס פּרוּווט אַרײַנצוציִען וואָס מער מענטשן, אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, אין די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילות. זייער עיקר־טענה באַשטייט אין דעם, וואָס אַ סך ייִדישע קהילות אין אַמעריקע שטעלן מיט זיך פֿאָר טאַקע פֿאַרמאַכטע קלובן, און באַשטייען פֿון ייִדיש־שטאַמיקע מיטגלידער, וועלכע פּראַווען ניטל, נישט גלייבנדיק דערבײַ אין גאָט, און היטן נישט קיין מיצוות.
די נישט־ייִדישע מענער און ווײַבער פֿון אַזעלכע „אַמעריקאַנער פֿון אַ גאַנץ יאָר‟ ווייסן אָפֿט נישט ווייניקער וועגן ייִדישקייט. אויב זיי ווילן זיך אָנשליסן אין אַ ייִדישער קהילה, דערמאָנט מען זיי פּלוצעם, אַפֿילו אין די סאַמע ליבעראַלע קהילות, אַז דאָס זײַן אַ ייִד האָט צו טאָן מיט זײַן אַ שומר־תּורה־ומיצוות. אין פֿאַרגלײַך מיט די „ראַסעווע‟ ייִדן, מוזן די נײַע קלוב־מיטגלידער אַרויסוואַרפֿן זייערע ניטל־יאָלקעס און מקבל זײַן עול־מלכות־שמים דורך אַ ביוראָקראַטישער רבנישער אינסטיטוציע.
כּהן און אָליצקי באַמערקן, אַז עפּעס איז דאָ נישט גלאַטיק. כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ, לייגן זיי פֿאָר אַן אַלטערנאַטיוון מעטאָד צו קריגן אַ מיטגלידשאַפֿט־קאַרטל, דהײַנו: אָנצונעמען די, וואָס האַלטן זיך פּערזענלעך פֿאַר ייִדן און זענען באַקאַנט מיט דער ייִדישער קולטור, דורך אַ ריין־וועלטלעכן פּראָצעס פֿון „ייִדישער קולטור־אָנערקענונג‟.
די מחברים פֿונעם דערמאָנטן אַרטיקל דערקלערן, אַז ס׳איז כּדאַי צו באַקענען די פֿאַראינטערעסירטע אינעם באַקומען דעם פֿאָרגעלייגטן אָפֿיציעלן „צערטיפֿיקאַט פֿון שײַכות צו ייִדישקייט‟ מיט אַזעלכע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור, ווי „פּאָליטיק, ליטעראַטור, מוזיק, קאָמעדיע און סאָציאַלע אַקציעס‟. אַוודאי, מיינט נישט אַזאַ בילדונג־פּראָגראַם אין דער הײַנטצײַטיקער אַמעריקע איציק מאַנגערס באַלאַדעס אָדער יוסף גרינס פֿילם „ייִדל מיטן פֿידל‟. ס׳איז גענוג צו באַקענען זיך מיט קובריקס עקראַניזאַציע פֿון „לאָליטאַ‟, באַצירן אַ ווינקל אין דער היים מיט אַ ישׂראלדיק פֿענדל און באַצאָלן די יערלעכע מיטגלידשאַפֿט־סומעס — און שוין, קאָן מען אָנערקענט ווערן ווי אַ ייִד, און קריגן אַ היתּר אויפֿצוהענגען אַ מנורה אויפֿן סאַמע שפּיץ פֿון דער יאָלקע.
כּהן און אָליצקי טענהן, אַז די רעליגיעזע אינסטאַנצן „זאָלן נישט זײַן די איינציקע וועכטער בײַם טויער פֿון ייִדישקייט‟. קיין גרויסן חידוש איז אין דעם אָבער נישטאָ. על־פּי־הלכה, קאָנען דרײַ פּשוטע פֿרומע ייִדן מגייר זײַן אַ מענטש, הגם ס׳איז טאַקע בעסער, ווען זיי זענען תּלמידי־חכמים. אינעם „שולחן־ערוך‟ שטייט אין ערגעץ נישט געשריבן, אַז דאָס גיירות מוז זײַן אַ לאַנגער ביוראָקראַטישער פּראָצעס.
דער „ספֿר־חסידים‟, אַ קלאַסישער קוואַל פֿון די מיטל־עלטערלעכע אַשכּנזישע מינהגים, זאָגט בפֿירוש, אַז ס׳איז בעסער חתונה צו האָבן מיט אַ גוטער נישט־ייִדישער פֿרוי, ווי מיט אַ גראָבער ייִדישער. אַ צאָל גענעטישע שטודיעס ווײַזן טאַקע, אַז די אורבאָבעס פֿון אַ סך ייִדן זענען געווען אייראָפּעיִשע נישט־ייִדישע פֿרויען. ס׳זעט אויס, אַז אַמאָל פֿלעגט מען לייזן די פּראָבלעם פֿונעם חתונה האָבן מיט אַ שיקסע מיט דרײַ עדות און מיקווה צי אַ טײַך. רבי מנחם מאירי איז געגאַנגען נאָך ווײַטער אינעם 14סטן יאָרהונדערט, און געפּסקנט, אַז אַ מענטש קאָן זיך אַפֿילו אַליין מגייר זײַן, אָן קיין בית־דין.
מיט 100 יאָר צוריק, האָבן פּראָמינענטע רבנים גענוג אָפֿט מגייר געווען מענטשן גאַנץ גיך, אָן לאַנגע דרישות־וחקירות, צומאָל, ווייסנדיק פֿון פֿריִער, אַז די פּאָטענציעלע גרים וועלן כּמעט זיכער נישט היטן די מיצוות כּהלכה. אין אַ סך פֿאַלן האָט עס געהאַט צו טאָן מיט ליבע־מעשׂיות. דער באַקאַנטער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער רבֿ און פּראָפֿעסאָר מלך (מאַרק) שאַפּיראָ האָט געזאַמלט אַ סך בײַשפּילן פֿון אַזאַ „עקספּרעס־גיירות‟. שפּעטער, אָבער, ווען די ייִדישע קהילות אין אַמעריקע האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאָרפּאָראַטיווער נעץ פֿון קלובן, האָט זיך דער גיירות־פּראָצעס אויך פֿאַרוואַנדלט אין אַ שווערער ביוראָקראַטישער פּראָצעדור.
לאָמיר אָפּלאָזן די גרים און באַטראַכטן דעם דערמאָנטן געדאַנק פֿון אַ ייִדישער קולטור־אידענטיפֿיקאַציע. להיפּוך צו דער קאָרפּאָראַטיווער לאָגיק פֿון קלוב־מיטגלידשאַפֿט, האָבן די קלאַסישע ייִדישע דענקער באַטראַכט ייִדישקייט ווי עפּעס אַ סך טיפֿער, ווי די מעכאַנישע צעטיילונג צווישן אַ ייִד און אַ גוי. למשל, דער דערמאָנטער רבי מנחם מאירי האָט באַטראַכט גוטע קריסטן, מוסולמענער און אַנדערע עטישע מענטשן ווי אַ טייל פֿון כּנסת־ישׂראל סײַ אינעם גײַסטיקן זין, סײַ אין כּמעט אַלע אַספּעקטן פֿון הלכה. הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן, אַ באַקאַנטער חב״ד־חסיד, האָט באַטראַכט דעם רוסישן קריסטלעכן פֿילאָסאָף וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו ווי „אַ ייִד, וואָס פֿעלט אים בלויז דאָס פֿאָרמעלע גיירות‟, אָבער דעם באָלשעוויק לעוו טראָצקי — ווי „אַ גוי, וואָס איז אַ ייִד בלויז לויט דער מעטריקע‟.
אַ טייל חסידים האַלטן די אַסימילירטע ייִדן פֿאַר פּאָלנע „גויים־גמורים‟. צי זאָל מען באַטראַכטן אַזאַ באַציִונג ווי „פֿאַנאַטישקייט‟? אַדרבה, מע קאָן עס גרינג פֿאַרשטיין. פֿאַר אַ סך לייענער פֿון דער סאַטמאַרער צײַטונג „דער ייִד‟ זענען נישט־ייִדישע מחברים, וואָס שרײַבן אָדער זינגען אויף ייִדיש, מער ייִדן, ווי אַן אַסימילירטער אָנפֿירער פֿון עפּעס אַ ייִדישער פֿעדעראַציע. אין ביידע פֿאַלן, וואָלט מען זיי נישט מצרף געווען אין אַ מנין; פֿונדעסטוועגן, האָט אַ גוי, וואָס קען ייִדיש, די מעלה פֿונעם רעדן ווי אַ ייִד. נישט איינמאָל האָבן מײַנע סאַטמאַרער און אַנדערע גאָר פֿרומע באַקאַנטע אַרויסגעוויזן אַ לעבעדיקן אינטערעס, ווען איך האָב זיי דערציילט וועגן גויים, וואָס לערנען זיך ייִדיש; די חסידים האָבן זיך משער געווען, אַז אַזעלכע סטודענטן האָבן, מסתּמא, אַ ייִדישע נשמה.
דער באַרימטער דײַטשישער אַנאַרכיסט רודאָלף ראָקער האָט אָנגעשריבן אויף ייִדיש אַ גאַנצע ריי ביכער. צוליב זײַן סימפּאַטיע צו דער תּלמודישער לאָגיק האָט ער באַקומען דעם צונעמעניש „דער אַנאַרכיסטישער רבי‟. דער באַגאַבטער ייִדישער פּאָעט אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו איז געווען אַ פּראַוואָסלאַוונער רוסישער קריסט, וועלכער האָט זיךאויסגעלערנט ייִדיש און לשון־קודש, לעבנדיק אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אין אַ נישט־ייִדישער סבֿיבֿה. מיט דער פּאַריזער „מעדעם־ביבליאָטעק‟ און אַנדערע ייִדיש־צענטערס אַרום דער וועלט זענען הײַנט פֿאַרבונדן אַ סך מענטשן, וואָס שטאַמען נישט פֿון ייִדן און קלײַבן זיך נישט מגייר זײַן. פֿאַר יעדן באַטייליקטן אין אַזעלכע סבֿיבֿות איז באַשײַמפּערלעך, אָן קיין אָפֿיציעלע צעטלעך, אַז אַזעלכע מענטשן האָבן אַ שײַכות צו ייִדישקייט.
עס באַקומט זיך, אַז כּהן און אָליצקי דערפֿינדן פֿון ס׳נײַ דעם ביציקל. דאָס קולטורעלע שײַכות צו ייִדישקייט איז שוין לאַנג געוואָרן אַ נאַטירלעכער עלעמענט אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור — אַן עכטע ממשותדיקע פֿאָלק־קולטור, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַסימילירטע „דזשויִש קאָמיוניטיס‟, וווּ ס׳איז אָפֿט שווער צו געפֿינען וואָס־ניט־איז מערקווירדיקע סימנים פֿון ייִדישקייט.
מע קאָן זאָגן, אַז וולאַדימיר מעדעמס בונדיסטישע געדאַנקען זענען טאַקע, אויף אַ קליינעם מאַסשטאַב, פֿאַרווירקלעכט געוואָרן, ווי עס ווײַזט דער קליינער „ייִדישער אינטערנאַציאָנאַל‟, וועלכער האָט זיך געשאַפֿן אין די ייִדיש־צענטערס אַרום דער וועלט. להיפּוך, וועט די דערמאָנטע שפּילערײַ מיט מיטגלידשאַפֿט־קאַרטלעך, אָן אַ ממשותדיקן קולטורעלן תּוכן, האָבן ווייניקער צו טאָן מיט ייִדישקייט, ווי די אויפֿשריפֿט אויף ייִדיש איבערן ביראָבידזשאַנער וואָקזאַל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.