וואַשינגטאָן. — דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט מסתּמא נישט געהערט ווי די צענדליקער דעמאָנסטראַנטן לעבן דעם „ווײַסן הויז‟ האָבן געשריגן „באַפֿרײַט אַלען גראָס!‟; אָבער די פֿאַרזאַמלונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אויפֿן פֿערטן יאָרטאָג זינט מע האָט אַרעסטירט דעם אַמעריקאַנער ייִדישן קאָנטראַקטאָר אין קובאַ, האָט באַוויזן אַ טאַקטישע ענדערונג אין דער קאַמפּאַניע אים צו באַפֿרײַען.
ביז לעצטנס האָבן די קרובֿים און ייִדישע אַקטיוויסטן אויסגעגאָסן זייער כּעס אויפֿן קובאַנער פֿירער, פֿידעל קאַסטראָ, אָבער הײַנט באַשולדיקן זיי אָבאַמאַ און זײַן אַדמיניסטראַציע אין נישט טאָן גענוג צו באַפֿרײַען גראָס פֿון דער קובאַנער תּפֿיסה.
„שטעלט זיך פֿאָר, ווי אַלען האָט זיך געפֿילט מיט עטלעכע חדשים צוריק ווען ער האָט נישט געקענט בײַזײַן בײַ דער חתונה פֿון זײַן טאָכטער!‟ האָט גראָס׳ ווײַב דזשודי געזאָגט פֿאַר די פֿאַרזאַמלטע.
אַלען גראָס האָט אין אַ בריוו פֿון דער תּפֿיסה, אַליין אויסגעדריקט אַנטוישונג אין דער פּאַסיווקייט פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג. „מיסטער פּרעזידענט, איך בעט אײַך צו פֿאַרזיכערן מיך און מײַן משפּחה, אַז איר וועט טאָן אַלץ מעגלעכס, מיך צו ראַטעווען פֿון דעם גיהנום,‟ האָט ער געשריבן אין אַ בריוו, וואָס זײַן פֿרוי האָט פֿאָרגעלייענט פֿאַרן עולם.
„אָבאַמאַס אַדמיניסטראַציע האָט געזאָגט, אַז זי וועט נישט פֿאַרהאַנדלען מיט דער קובאַנער רעגירונג, אויב זיי שטעלן געוויסע תּנאים, אָבער איצט שטעלן די קובאַנער נישט אַרויס קיין תּנאים, און אונדזער רעגירונג וויל נאָך אַלץ נישט גיין צום טיש מיט זיי,‟ האָט דערקלערט סקאַט גילבערט, אַן אַדוואָקאַט, וואָס רעפּרעזענטירט די משפּחה גראָס.
גילבערט, באַגלייט מיט דזשודי גראָס, האָט הײַיאָר שוין באַזוכט האַוואַנאַ פֿיר מאָל. אין מײַ האָט ער זיך געטראָפֿן מיטן קובאַנער אויסערן־מיניסטער ברונאָ ראָדריגעז, וועלכער האָט געזאָגט, אַז קובאַ וועט מער נישט פֿאָדערן בײַ אַמעריקע צו באַפֿרײַען די פֿינף קובאַנער אויסשפּיר־אָפּעראַטיוון, אַרעסטירט אין 1998 אין מיאַמי. איינעם פֿון די אַזוי־גערופֿענע „קובאַנער פֿינף‟ איז טאַקע דערלויבט געוואָרן זיך אומצוקערן קיין קובאַ אָנהייב איצטיקן יאָר.
לכתּחילה האָט קובאַ געשטעלט אַזאַ תּנאי פֿאַר גראָס׳ באַפֿרײַונג.
בעת אַן אינטערוויו מיט דער פֿראַנצייזישער פּרעסע, האָט ראָדריגעז געזאָגט, אַז די פֿאַרהאַנדלונגען וואָלטן יאָ געדאַרפֿט נעמען אין באַטראַכט „קעגנזײַטיקע הומאַניטאַרע שריט‟ אינעם פֿאַל פֿון די אַנדערע קובאַנער בירגער, וואָס זיצן נאָך אַלץ אין די אַמעריקאַנער תּפֿיסות, אָבער זײַן טאָן איז פֿאָרט געווען ווייכער ווי זײַנע פֿריִערדיקע דערקלערונגען אין שײַכות מיט דעם ענין.
„אויב די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע וועט ווײַטער פֿאָדערן, אַז די פֿאַרהאַנדלונגען מיט קובאַ טאָרן נישט אַרײַננעמען קיין שום תּנאים, איז עס גלײַך ווי אַ טויטשטראָף פֿאַר אַלען,‟ האָט דזשודי גראָס געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.