אין דעם טאַראַראַם, וואָס עס קומט פֿאָר די טעג אין אוקראַיִנע, שפּילן זייער אַ גרויסע ראָלע די אימאַזשן פֿון „העלדן‟ און „אַנטי-העלדן‟, ווי זיי ווערן אויפֿגענומען מצד פֿאַרשיידענע טיילן פֿון דער באַפֿעלקערונג. און אַזוי איז עס אויך אין אַנדערע לענדער און סבֿיבֿות. אויב מע רעדט שוין וועגן אוקראַיִנע, איז גענוג צו דערמאָנען אַזעלכע פֿיגורן אין דער אוקראַיִנישער געשיכטע, ווי באָגדאַן כמעלניצקי און סימאָן פּעטליוראַ. נאַציאָנאַלע העלדן פֿאַר אייניקע אוקראַיִנער, זײַנען זיי בלוטיקע גזלנים אין דעם היסטאָרישן זכּרון פֿון אַנדערע פֿעלקער, ס‘רובֿ ייִדן בתוכם.
אין דער אמתן, דאַרף מען זיך אַפֿילו ניט אַרײַנטיפֿט אין דער געשיכטע. הײַנטיקע טעג איז די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט געוואַלדיק צעטיילט אויף צוויי אומפּשרהדיקע לאַגערן, וואָס שאַצן גאָר אַנדערש אָפּ די טעטיקייט פֿון דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ. קיין איינמוטיקע אָפּשאַצונג איז ניטאָ אויך פֿאַרן פֿאַרשטאָרבענעם דרום-אַפֿריקאַנער פֿירער נעלסאָן מאַנדעלאַ.
ווען מע קוקט די אַמעריקאַנער טעלעוויזיע, איז נעלסאָן מאַנדעלאַ בלי-ספֿק אַ העלד. אין דער גאָר באַגרענעצטער צײַט, וואָס איך קוק די טעלעוויזיע, איז עס באַזונדערס בולט אויסגעשפּראָכן אין די „סי-ענ-ען‟-פּראָגראַמען. איך בין זיכער, אַז דער „פֿאָקס‟ רעדט וועגן דעם אויך, אָבער מיר איז עס ניט אויסגעקומען צו זען, ווײַל יעדעס מאָל, ווען איך האָב עס געפּרוּווט קוקן, האָט מען דאָרטן געפֿירט די רייד וועגן די צרות און ווייטיקן, וואָס עס ברענגט מיט זיך כּלומרשט די „אָבאַמאַ-קער‟.
מיר ווייסן, אַז סײַ דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, סײַ די צוויי פֿריִערדיקע פּרעזידענטן, דזשאָרדזש בוש און ביל קלינטאָן, פֿאָרן צו געזעגענען זיך מיט מאַנדעלאַ. אַ טיפֿן דרך-ארץ צו מאַנדעלאַ האָט זיך געפֿילט צווישן די לײַט, וואָס זײַנען דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק געקומען אויף דער לוויה פֿון דעם ייִדישן דיכטער און קינסטלער יאָני פֿײַן, וואָס איז ניפֿטר געוואָרן אין דעם זעלבן טאָג מיט מאַנדעלאַן (//yiddish.forward.com/articles/174671). מע האָט עס געפֿונען אַפֿילו סימבאָליש — יאָני פֿײַן, אַ הייסער בונדיסט אין זײַן יונגט, האָט ביז די לעצטע טעג פֿון זײַן לעבן געחלומט וועגן יושר פֿאַר אַלע פֿעלקער. גלײַכצײַטיק האָט מען שוין אין די נײַעס דערציילט וועגן אַ שעריף אין דרום-קאַראָלײַנע, וואָס האָט זיך אָפּגעזאָגט צו פֿאָלגן דעם פּרעזידענטס פֿאַראָרדענונג אַראָפּציִען די פֿאָן, ווי אַ סימן פֿון טרויערן נאָך דעם פֿאַרשטאָרבענעם דרום-אַפֿריקאַנער פֿירער; און דערקלערט האָט דער שעריף זײַן באַשלוס דערמיט, וואָס אַראָפּצוציִען די אַמעריקאַנער פֿאָן, קען מען (לויט זײַן שׂכל) נאָר נאָך די אַמעריקאַנער העלדן. מע שרײַבט און מע רעדט אויך וועגן פֿילצאָליקע בריוועלעך און קאָמענטאַרן, וואָס צירקולירן אין דער אינטערנעץ צו באַשמוציקן דעם אָנדענק פֿון מאַנדעלאַ.
גאָר מיאוסע זאַכן רעדט מען און מע שרײַבט אין רוסלאַנד. אויב גלייבן די דאָזיקע אָפּשאַצונגען, האָט מאַנדעלאַ געבראַכט נאָר צרות דעם פֿאָלק פֿון דרום-אַפֿריקע — גלײַך ווי עס וואָלט געווען בעסער אָפּצוהיטן די סיסטעם פֿון אַפּאַרטהײַד. אַ סך רוסן, און ניט בלויז רוסן, קוקן אויף מאַנדעלאַ ווי אויף אַ מענטשן, וואָס פֿלעגט געשטיצט ווערן דורך דער קאָמוניסטישער באַוועגונג. צי הייסט עס, אָבער, אַז דאָס מאַכט אים גלײַך פֿאַר אַן „אַנטי-העלד‟? דער פּאַראַדאָקס באַשטייט דאָך אין דעם, אַז פֿון דער פֿאַרבינדונג מיט קאָמוניזם איז צו אַזעלכע מענטשן, ווי מאַנדעלאַ, געקומען אויך די אידעע פֿון אינטערנאַציאָנאַליזם. דער „אַפֿריקאַנער נאַציאָנאַלער קאָנגרעס‟ האָט דאָך אָנגענומען אין זײַנע רייען נאָר שוואַרצע אַפֿריקאַנער, בעת די קאָמוניסטישע פּאַרטיי איז געווען אָפֿן פֿאַר אַלעמען. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז דווקא פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און פֿון כינע האָבן די קעמפֿער מיט אַפּאַרטהײַד באַקומען אַ פּראַקטישע הילף.
לענין האָט אַ מאָל זיך אויסגעדריקט, אַז קיין רעוואָלוציע מאַכט מען ניט אין ווײַסע הענטשקעס. און מאַנדעלאַ האָט, אַוודאי, קיין הענטשקעס ניט געטראָגן. ניט אַלץ, וואָס ער האָט געזאָגט און געטאָן, איז געווען און בלײַבט צום האַרצן פֿאַר אַלעמען. אָבער אים האָט זיך פֿון דעסטוועגן אײַנגעגעבן אײַנצוהאַלטן זײַן לאַנד פֿון דעם וואָס עס האָט אָפּגעטאָן לענין מיט זײַן חבֿרה — אַרײַנגעצויגן רוסלאַנד אין אַ בלוטבאָד. אַ דאַנק מאַנדעלאַ, איז דרום-אַפֿריקע ניט פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן אָרט פֿון שוואַרצן ראַסיזם, ווי דאָס איז פֿאָרגעקומען בשכנות, אין זימבאַבווע.
עפּעס איז געווען אין מאַנדעלאַ, וואָס ס‘האָט צוגעצויגן צו אים מיליאָנען מענטשן, סײַ אין זײַן לאַנד, סײַ אין דער גאָרער וועלט. און איצט, נאָך זײַן טויט, איז די באַציִונג צו אים געוואָרן אַ טעסט, וואָס ווײַזט, וווּ דער אָדער יענער מענטש געפֿינט זיך אידעאָלאָגיש און פּשט מענטשלעך.
איך בין ניט זיכער, אַגבֿ, אַז בנימין נתניהוס באַשלוס ניט צו פֿאָרן אויף דער לוויה וועט אַלעמען געפֿעלן וועלן. למשל, בײַ אַני-הקטן רופֿט עס ניט אַרויס קיין פֿרייד. די טענה, אַז דאָס ווערט געטאָן, כּדי אײַצונשפּאָרן געלט, קלינגט ניט זייער איבערצײַגעוודיק. צוריק גערעדט, איז דער ישׂראלדיקער פּרעמיער-מיניסטער, פֿאַרשטייט זיך, ברייט באַוווּסט ווי זייער אַ שפּאָרעוודיקער פּאַרשוין, וואָס ציילט יעדע מלוכישע פּרוטה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.