ווען דער ראַבינער דניאל זעמל איז ערשט געוואָרן אַ ראַבינער, איז אים קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז ער וועט אַמאָל דינען ווי דער מסדר־קידושין פֿון פּאָרלעך, וווּ איינער איז נישט קיין ייִד.
זינט דעמאָלט האָט זעמל, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון „טעמפּל מיכה‟, אַ רעפֿאָרם־סינאַגאָגע אין וואַשינגטאָן, דערפֿילט, אַז די דאָזיקע שטרעגע תּקנה ווערט אַלץ שווערער אָנצוהאַלטן. אין יאַנואַר 2009 האָט ער אָנגעשריבן אַ לאַנגן בריוו די מיטגלידער פֿון זײַן סינאַגאָגע, זאָגנדיק, אַז ער וועט זיך מער נישט אָפּזאָגן פֿון די בקשות פֿון זײַנע מתפּללים צו דינען ווי דער מסדר־קידושין בײַ אַ צווישן־רעליגיעזער חתונה.
אַ סך רעפֿאָרם־ראַבינער, און אַ טייל קאָנסערוואַטיווע, ראַנגלען זיך שוין אויך מיט דער זעלבער קשיא. ווען ראַבינער דזשאָן ראָסאָוו, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון „טעמפּל איזרעאַל אָוו האָליוווּד‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט באַשלאָסן אָנצוהייבן חתונה מאַכן געמישטע פּאָרלעך, האָט ער עס געמאָלדן בעת זײַן ראש־השנה־דרשה אין 2012.
„נאָכן איבערקלערן דעם ענין אַ לענגערע צײַט, האָב איך באַשלאָסן, אַז ווען אַ ייִד און אַ נישט־ייִד אין אונדזער קהילה וועלן מיך בעטן דינען ווי דער מסדר־קידושין בײַ זייער חתונה, און זיי וועלן צוזאָגן צו שאַפֿן אַ ייִדישע היים און גיבן זייערע קינדער אַ ייִדישע דערציִונג — וועל איך גערן שטיין מיט זיי אונטער דער חופּה,‟ האָט ראָסאָוו דערקלערט.
„איידער כ׳האָב געהאַלטן די דרשה האָב איך זיך שטאַרק געזאָרגט,‟ האָט ראָסאָוו באַמערקט, אָבער דער פּאָזיטיווער אָפּרוף אויף זײַן דרשה האָט אים איבערצײַגט, אַז ער האָט געטאָן די ריכטיקע זאַך.
„איך האָב באַשלאָסן, אַז דער גורל פֿון ייִדישע יחידים איז וויכטיקער ווי די וואָרענונג פֿון די דעמאָגראַפֿן, אַז געמישטע חתונות וועלן גורם זײַן דעם סוף פֿונעם ייִדישן פֿאָלק,‟ האָט ראָסאָוו באַטאָנט.
בײַם ראַבינער דזשיימס פּאָנעט, דער ייִדישער רעליגיעזער פֿירער אין יעל־אוניווערסיטעט, איז דער באַשלוס געווען נאָך שווערער: אין יולי 2010 האָט ער מסכּים געווען צו דינען ווי דער מסדר־קידושין אויף דער חתונה פֿון טשעלסי קלינטאָן און מאַרק מעזווינסקי — אין איינעם מיט אַ פּראָטעסטאַנטישן מיניסטער. דער אָפּרוף צו דער באַרימטער חתונה איז געווען אַ געמישטער. אַ טייל האָבן אויסגעדריקט שטיצע, בעת אַנדערע האָבן עס געזען ווי „אַ שרעקלעכער פֿאַרראַט‟, האָט פּאָנעט געזאָגט.
„איך ווייס די סטאַטיסטיק: אַז בלויז 25% פֿון די קינדער פֿון געמישטע חתונות וועלן זיך אַליין באַצייכענען ווי ייִדן, אָבער איך וויל פּרוּוון האַלטן יענע 25% אין אונדזער קהילה,‟ האָט ראָסאָוו געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.