אַ נײַ בוך אויף ייִדיש פֿאַר קינדער, „מײַן אַלף־בית‟, געשאַפֿן דורכן קראָקער „טשולנט‟, אַן אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע יונגעלײַט, האָט געוווּנען דעם ערשטן פּריז בעת איינעם פֿון די סאַמע פּרעסטיזשפֿולע ביכער־פֿעסטיוואַלן — דער יריד פֿון קינדער־ביכער אין באָלאָניע, איטאַליע.
די אַסאָציאַציע „טשולנט‟ איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 2004 און ווערט געשטיצט דורך דער אַמעריקאַנער „טאַובע־אַסאָציאַציע פֿאַרן ייִדישן לעבן און קולטור‟. אינעם יאָר 2010, האָט די אָרגאַניזאַציע אַרויסגעגעבן איר ערשט בוך אויף ייִדיש מיטן נאָמען „מעשׂה‟, דערנאָך — „מײַן אַלף־בית‟, און לעצטנס — „יום־טובֿ־לידער‟. אַחוץ דער פֿאַרלעגערישער טעטיקייט, פֿאַרנעמט זיך „טשולנט‟ מיט פֿאַרשיידענע אַנדערע קולטור־פּראָיעקטן, אַרײַנגערעכנט אַ ייִדישע ביבליאָטעק, אַ ליטעראַרישן און קינאָ־קלוב. אַלע דרײַ ביכער קאָן מען אַראָפּלאָדן אומזיסט פֿון דער אינטערנעץ:
„מײַן אַלף־בית‟, אָנגעשריבן פֿון יהושע קאַמינסקי און אילוסטרירט פֿון אורסולאַ פּאַלוסינסקאַ, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קליינע זאַמלונג פֿון לידער אויף ייִדיש און פּויליש, וואָס באַקענען די קינדער מיט די אותיות פֿונעם ייִדישן אַלץ־בית. יעדער אות איז באַגלייט מיט אַ טשיקאַווע בילד און אַ לידל. למשל, בײַ דעם אות „פּא‟ שטייט געשריבן: „פּײַקעלע־פּײַקל, פּויק־באַראַבאַן, פּײַקלט דער פּײַקל בים־בירי־באַם. פּײַקעלעס קלאַפּן איז אַזוי זיס — ס׳הייבן צום טאַנץ אַליין זיך די פֿיס‟.
די מיטגלידער פֿונעם זשורי בײַם ביכער־יריד אין באָלאָניע האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן אײַנשטימיק און אָן ספֿקות באַשלאָסן, אַז דאָס ווערק פֿון די פּוילישע ייִדיש־אַקטיוויסטן איז געווען דאָס בעסטע צווישן די ביכער אין דער קאַטעגאָריע פֿון דער נישט־בעלעטריסטישער ליטעראַטור. די עיקר־סיבה פֿונעם באַשלוס זענען געווען די שיינע אילוסטראַציעס.
דער קראָקער „טשולנט‟ איז אַן אומאָפּהענגיקע אָרגאַניזאַציע, וואָס באַגריסט סײַ רעליגיעזע ייִדן, סײַ וועלטלעכע, און שטעלט דעם אַקצענט אויף פּלוראַליזם, פֿאַרשיידנאַרטיקייט און אָפֿנקייט. די אַנדערע צוויי ביכער דערציילן די קליינע קינדער אויף אַן ענלעכן טשיקאַוון גראַפֿישן אופֿן וועגן די ייִדישע יום־טובֿים און דער ייִדישער טראַדיציע בכלל. דער פּראָיעקט איז נישט אַ קאָמערציעלער; מער ווי אַ טויזנט ייִדישע משפּחות אין פּוילן האָבן באַקומען די ביכער בחינם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.