ווי אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער אין אַ ייִדישער צײַטונג און אַן איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף ענגליש, קומט מיר אויס צו אַרבעטן מיט ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, ווי אויך מיט די ווערק, וואָס זיי האָבן אָנגעשריבן וועגן זייערע איבערלעבענישן אין יענער טראַגישער תּקופֿה. איך האָב אַוועקגעגעבן מער ווי אַ טויזנט שעה איבערצוזעצן דאָס עדות־זאָגן פֿונעם חורבן אָדער ליטעראַרישע ווערק אויף דער טעמע. איך האָב אויך געמאַכט אַ טוץ אינטערוויוען בעל־פּה מיט ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה וועגן זייערע איבערלעבענישן בעת דער מלחמה, און זייער פֿאַרמלחמדיק ייִדיש־לעבן. דאָס רעקאָרדירן, אײַנהאַלטן און העלפֿן צו פֿאַרשפּרייטן די־אָ פּערזענלעכע געשיכטעס איז געוואָרן אַ גרויסער טייל פֿון מײַן טאָג־טעגלעכן לעבן. און, כאָטש איך האַלט זיך ניט פֿאַר קיין עקספּערט אין די חורבן־ענינים, שפּילט אָט די טעמע אַ גרעסערע ראָלע אין מײַן לעבן, ווי בײַ ס׳רובֿ ייִדן פֿון מײַן דור.
טאַקע צוליב דעם בין איך געווען גאַנץ פֿאַרחידושט, ווען איך האָב ניט געקענט ענטפֿערן אויף אַ כּלומרשט־פּשוטער פֿראַגע: „וועמען זאָל מען רעכענען ווי אַ „לעבן־געבליבענער‟ פֿונעם חורבן?‟ מע האָט מיך געשטעלט די פֿראַגע במשך פֿון אַ שמועס איבער דער פּטירה פֿון דער אומפֿאַרגעסלעכער פֿרוי, אַליס הערץ־סאָמער, וועלכע איז לעצטנס געשטאָרבן אין לאָנדאָן צו 110 יאָר. הערץ־סאָמער, אַ טאַלינטירטע פּיאַניסטקע, וועלכע האָט אין אירע יוגנע יאָרן געקענט דעם שרײַבער פֿראַנץ קאַפֿקאַ, האָט איבערגעלעבט דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער טערעזינשטאָט, צוזאַמען מיט איר זון רפֿאל. הערץ־זאָמערס לעבן, מוזיקאַלישע קאַריערע און אומדערמידלעכער אינערלעכער כּוח ווערט דערמאָנט אינעם פֿילם „די פֿרוי אין נומער 6‟, וועלכער מע האָט לעצטנס באַלוינט מיט אַן „אָסקאַר‟.
כאָטש מע האָט וועגן הערץ־סאָמער אַ סך געשריבן ווי די עלטסטע לעבנסגעבליבענע פֿונעם חורבן, האַלט איך, אַז ס׳איז דאָ נאָך אַן עלטערער לעבן־געבליבענער דאָ אין ניו־יאָרק. ד׳׳ר אַלכּסנדר אימיטש, מיט וועמען איך האָב געמאַכט אַ צוויי־שעהיקן אינטערוויו בעל־פּה אין יולי 2013, איז געבוירן געוואָרן דעם 4טן פֿעברואַר 1903 אין טשענסטאָכאָוו, פּוילן. אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון „פּאַראַנאָרמאַלע דערשײַנונגען‟ (ד׳׳ה געשעענישן וואָס קומען פֿאָר, אַ פּנים, אויסער די כּללים פֿון דער אָנגענומענער וויסנשאַפֿט), איז ד׳׳ר אימיטש אויפֿגעוואַקסן אין אַן אַסימילירטער פּויליש־רעדנדיקער היים. ער איז, אָבער, געגאַנגען זיך לערנען אין אַ טראַדיציאָנעלן חדר און בעת דעם אינטערוויו, האָט ער געקענט דערמאָנען אַ פּאָר ווערטער פֿון די ברכות, וואָס ער האָט געלערנט צו יענער צײַט אויף אַ געשמאַקן אַשכּנזישן העברעיִש. וועגן דעם, אַז ער האָט נאָר געקענט זיך דערמאָנען די ערשטע ווערטער פֿון אַ פּאָר ברכות, האָט ער מיט אַ שמייכל זיך פֿאַרענטפֿערט: „נו, דאָס איז שוין געווען מיט אַ הונדערט יאָר צוריק‟!
ד׳׳ר אימיטש האָט אויך פּרטימדיק דערמאָנט דעם אָנהייב פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, זײַן מיליטער־דינסט צו 15 יאָר אין דער פּויליש־סאָוועטישער מלחמה פֿון 1918־1919 (ער איז, אַגבֿ, דער סאַמע־לעצטער וועטעראַן פֿון יענער מלחמה) און ווי אַזוי ער האָט געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם, ווען ער האָט געמאַכט זײַן דאָקטאָראַט אין קראָקע אין די 1920ער יאָרן. ד׳׳ר אימיטש איז אין 1939 אַנטלאָפֿן פֿון דער דײַטשישער אינוואַזיע קיין ביאַליסטאָק, וווּ ער האָט אָפּגעלעבט צוויי יאָר ביז די סאָוועטן האָבן אים פֿאַרשיקט אין „גולאַג‟ צוליב דעם, וואָס ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון באַקומען די סאָוועטישע בירגערשאַפֿט. אין 1952 האָט ער זיך באַזעצט אין אַמעריקע.
צי ד׳׳ר אימיטש איז באמת אַ „לעבן־געבליבענער פֿונעם חורבן‟ ווענדט זיך אין דעם, וועמען מע פֿרעגט. ער איז קיינמאָל ניט געווען אין קיין געטאָ אָדער לאַגער, ווי אַליס הערץ־סאָמער, אָבער ער האָט יאָ געלעבט אַ קורצע צײַט אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע, און ער איז יאָ געוואָרן אַ פּליט צוליבן חורבן. די „תבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ (Claims Conference), די אָרגאַניזאַציע וואָס באַקומט געלט פֿון דער דײַטשישער רעגירונג לטובֿת די ייִדישע חורבן־געליטענע, ווי אויך דער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן, רעכענען ווי אַ „לעבנגעבליבענער פֿונעם חורבן‟ יעדן איינעם, קעגן וועלכן די דײַטשן האָבן דיסקרימינירט אָדער געצוווּנגען צו פֿאַרלאָזן זייער היים און לאַנד צווישן די יאָרן 1933 און 1945. לויט אַזאַ ליבעראַלער דעפֿיניציע איז ד׳׳ר אימיטש זיכער אַ לעבן־געבליבענער אָבער לויט דער זעלביקער דעפֿיניציע וואָלט אויך זיגמונד פֿרויד געווען אַ לעבנגעבליבענער פֿונעם חורבן, כאָטש ער איז אַנטלאָפֿן פֿון עסטרײַך אין יוני 1938 און איז געשטאָרבן אין לאָנדאָן מיט אַ יאָר שפּעטער, נאָך פֿאַר דעם, וואָס דער גענאָציד פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום האָט זיך אָנגעהויבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.