פּורים אָן טרינקען: אַ שאַנדע?

Is it Sinful Not To Drink on Purim?


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published March 17, 2014, issue of April 11, 2014.

אינעם רעליגיעזן זין בין איך ניט קיין ערלעכער ייִד: איך האַלט ניט קיין כּשרות, איך דאַוון ניט, און שבת פֿאַרברענג איך, געוויינטלעך, בײַ מײַן קאָמפּיוטער. דאָס וואָס איך בין ניט פֿרום, באַליידיקט קיינמאָל ניט מײַנע רעליגיעזע פֿרײַנד: איך שטער קיינעם ניט, ווען עס קומט צו זייער ייִדישקייט. ווען איך שטיי, למשל, אײַן בײַ אַנדערע, וואָס האַלטן יאָ כּשר, האַלט איך אויך כּשר אין זייער שטוב. די זעלביקע וואָס שייך שבת. קיין פּראָבלעם מיט רעליגיע האָב איך ניט, נאָר איך מאַך ניט קיין שבת פֿאַר זיך.

איין זאַך, וואָס באַליידיקט יאָ אַ סך מענטשן איז, אַז איך טרינק ניט קיין אַלקאָהאָל.

„פֿאַרוואָס טרינקסטו ניט איצט?‟ פֿרעגט מען מיך. „דו פֿאַרברענגסט ניט גוט מיט אונדז?‟

ווען איך דערקלער, אַז איך טרינק בכלל ניט קיין אַלקאָהאָל, גלייבן אַ סך מענטשן פּשוט ניט; די וואָס גלייבן יאָ האַלטן, אַז איך מוז זײַן אַן אַלקאָהאָליקער, וואָס קומט צוריק צו זיך, און דערפֿאַר טאָר איך ניט טרינקען. ווען איך דערקלער, אַז קיין אַלקאָהאָליקער בין איך קיינמאָל ניט געווען, און עס געפֿעלט מיר ניט ווי אַזוי איך פֿיל זיך ווען איך טרינק אַלקאָהאָל, הייבט מען אָן צו פֿרעגן: „וואָס איז דער מער מיט דיר?‟

„גאָרניט‟, ענטפֿער איך שטענדיק.

„אָבער דו טרינקסט דאָך ניט קיין אַלקאָהאָל!‟

„יאָ, אמת. איך טרינק ניט קיין אַלקאָהאָל.‟

„איז וואָס איז דער מער מיט דיר?‟

אַ סך יונגע אַמעריקאַנער קענען פּשוט ניט גלייבן, אַז מע קען גוט פֿאַרברענגען אָן ווערן שיכּור.

געוויינטלעך, קען מען ניט פֿאַררעכענען מײַן סאָציאַלע עבֿירה ווי אַ ייִדישע. אָבער דווקא איצט, ווען עס קומט פּורים, הייב איך זיך אָן צו פֿילן ווי אַ גרעסערער בעל־עבֿירה ווי געוויינטלעך. כאָטש מע דאַרף על־פּי־הלכה טרינקען פֿיר מאָל בעתן פּסח־סדר, איז פּורים די איינציקע ייִדישע חגא (קיין יום־טובֿ איז ער טעכניש ניט), ווען מענטשן באַמערקן, אַז מע טרינקט ניט. צוליב דעם האָב איך שוין די לעצטע פּאָר יאָר אויסגעמיטן פּורים אין גאַנצן.

אמת, עס געפֿעלט מיר אויך ניט דער רעש, דער אויפֿפֿיר פֿון די שיכּורים וועלכע ברעכן אויס גלײַך אויף דער גאַס, און בכלל די ווילדע משוגענע זאַכן, וואָס מע מאַכט פּורים צײַט צוליב דעם, וואָס מ׳איז אַזוי שיכּור אַז מע מאַכט ניט קיין אונטערשייד צווישן „ברוך מרדכי‟ און „ארור המן‟. אָבער די גרעסטע סיבה פֿאַר וואָס איך מײַד אויס פּורים איז צוליב דעם, וואָס איך וויל ניט דאַרפֿן ווידער אַ מאָל ענטפֿערן אויף קיין קלאָץ־קשיות וועגן מײַן עבֿירה פֿון ניט טרינקען.

הײַיאָר, צוליב דעם וואָס איך וווין אין וויליאַמסבורג, ניט ווײַט פֿון צענדליקער טויזנטער חסידים, האַלט איך, אַז ס׳איז כּדאַי ווידער אַ מאָל אַרויסגיין און זען וואָס ס׳טוט זיך פּורים־צײַט: וואָס פֿאַר אַ מין קאָסטיומען די קינדערלעך טראָגן, וואָס פֿאַר אַ זיפֿצנדיקן ניגון הערט מען אויף דער גאַס, און פֿאַרשטייט זיך, וואָס פֿאַר אַ שפּיל שפּילט מען בײַ די רבנישע טישן.