פּורים אָן טרינקען: אַ שאַנדע?

Is it Sinful Not To Drink on Purim?


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published March 17, 2014, issue of April 11, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

צוליב דעם וואָס דער חרדישער ציבור איז לעצטנס פֿאַרטאָן אינעם ניט געלונגענעם פּרוּוו אָפּצושטעלן דעם געזעץ־פּראָיעקט אין ישׂראל אַרײַנצונעמען די ישיבֿה־בחורים אין מיליטער, זענען די מעטאַפֿאָרישע פּאָליטישע באַטײַטן פֿון פּורים מער בולט ווי געוויינטלעך: מע רעדט שוין וועגן יאיר לפּיד, ווי אַ נײַעם המן, און נתניהו, אינעם בעסטן פֿאַל, ווי אַ גילגול פֿונעם קעניג אַחשורוש.

דער פּאָפּולערער חסידישער בילדער־זשורנאַל „די וואָך‟ האָט לעצטנס טאַקע אַרויסגעלאָזט אַ ספּעציעלן פּורים־נומער, צוזאַמען מיט אַ קורצן קאָמעדיע־ווידעאָ וואָס מאַכט חוזק פֿונעם גאַנצן „גזרת הגיוס‟. דער ווידעאָ באַווײַזט אויף אַ סאַטירישן אופֿן, ווי אַזוי מע פּרובירט אַרײַנצונעמען די חסידים אין מיליטער און ווי אַזוי ס׳איז ניט געלונגען צוליב דעם, וואָס די ייִדן זענען ניט בכּוח צו מאַכן די נייטיקע געניטונגען און ווילן נאָר לערנען תּורה.

הײַיאָר איז פּורים אויסגעפֿאַלן גלײַך ערבֿ אַן אַנדער פּאָפּולערער האַלב־נאַציאָנאַלער חגא, וואָס ווערט ברייט געפֿײַערט דורך שיכּרות אויף אַ גראַנדיעזן אופֿן: דער טאָג פֿון „סאַנקט־פּאַטריק‟. דער סאַמע ווילדסטער און פֿאַרשיכּורטסטער עולם, וואָס איך האָב אַמאָל געזען האָב איך געהאַט דעם שלימזל אָנצוטרעפֿן בעתן טאָג פֿון „סאַנקט־פּאַטריק‟ אין לאָנדאָן. דאָרט בין איך געווען ווי אַ טוריסט און ניט וויסנדיק, אַז ס׳איז געווען „סאַנקט פּאַטריקס‟־טאָג, בין איך געפֿאָרן קיין באָקינגהאַם־פּאַלאַץ, אָבער מע האָט אָפּגעשטעלט דעם אויטאָבוס, אין וועלכן איך בין געפֿאָרן, צוליבן אומרויִקן המון פֿון פֿופֿציק טויזנט אָנגעשיכּורטע פּאַרשוינען אויף די גאַסן. זיי האָבן זיך געהאַלטן אין איין שלאָגן, אויסברעכן און אָנפֿאַלן איינער אויפֿן אַנדערן. אין מיטן פֿונעם תּוהו־ובֿוהו בין איך צופֿעליק צוגעקומען צו אַ מאַן, גלײַך אין מיטן פֿון דעם, מיט אַ קורץ בערדל און אַ יאַרמלקע.

„ביסט אַ ייִד?‟ האָב איך אים געפֿרעגט.

„אַוודאי‟, האָט ער געענפֿערט. „אָבער איך בין דאָך פֿון אירלאַנד!‟

זײַן פֿרוי, אַן אומצופֿרידענע ישׂראלי פֿון ספֿרדישן אָפּשטאַם, וועלכע איז, אַחוץ מיר, געווען די איינציקע ניט־שיכּורע באַשעפֿעניש צווישן דעם המון (איך האָב געזען ווי אַ פּאָר מענטשן האָבן אפֿילו געגעבן זייערע הינט צו טרינקען ביר) האָט נאָכן דערוויסן זיך, אַז איך בין אַ ייִד, מיך גאַנץ טרויעריק געזאָגט „דאָס איז ערגער פֿון פּורים אין תּל־אָביב! פֿיל ערגער!‟

נאָך די צוויי גרויסע אייגנאַרטיקע חגאות וועלן אַ סך ניו־יאָרקער ייִדן זײַן אויף געהאַקטע צורות אָנהייב וואָך. איך, ווי איינער וואָס טרינקט בכלל ניט, וועל זיך ווידער פֿילן שולדיק, וואָס איך האָב באַליידיקט אַנדערע, דורכן ניט טרינקען.