מענטשן, זאַכן און געשפּענסטער

Of People, Objects and Ghosts


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published March 23, 2014, issue of April 11, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ערבֿ ערשטן סדר פֿלעגט די באָבע בענטשן ליכט אין אַ פּאָר גרױסע מעשענע לײַטערס. און טאַקע די־אָ לײַכטערס און די זילבערנער קידוש־כּוסע, װעלכע די באָבע פֿלעגט שטעלן אױפֿן טיש נאָר אױף פּסח, טאַקע די לײַכטערס און די כּוסע האָבן געהאַט יענעם זױערלעכן ריח, װעלכער האָט ניט געהערט צו קײנעם ניט פֿון אונדזער משפּחה.

װאָס עלטער איך בין געװאָרן, אַלץ גרעסער איז געװען דער נײַגער אָפּצוטרעפֿן דעם סוד פֿונעם ריח, װעלכער פֿאַרלאָזט ניט אונדזער דירה. דער ענטפֿער איז געקומען אומגעריכט. אײן מאָל האָב איך געמאַכט אַ סדר אין אונדזער שטאַל און פּלוצעם זיך אָנגעשטױסן אױף אַ גלעטהובל, װעלכער האָט זיך געװאַלגערט אױף דער ערד. כ’האָב גענומען דעם גלעטהובל אין די הענט און — שױן… כ’בין געבליבן שטײן אַ געפּלעפֿטער. דער הובל האָט געהאַט דעם זעלבן ריח, װאָס די יום־טובֿדיקע לײַכטערס און די פּסחדיקע קידוש־כּוסע. כ’האָב זיך נאָך אַ מאָל צוגעשמעקט, און — קײן ספֿק ניט, דער זעלבער ריח.

כ’בין אַרײַן אין שטוב און גלײַך געפֿרעגט בײַ דער באָבע, װעמענס הובל װאַלגערט זיך דאָרט אין דער שטאַל? די באָבע האָט מיר ניט געענטפֿערט. כ’האָב נאָך אַ מאָל געפֿרעגט, און װידער האָט די באָבע ניט געענטפֿערט, געמאַכט זיך װי ניט־הערנדיק.

„נו, גוט, װילסט ניט זאָגן, דאַרף מען ניט… כ’בין דאָך אַ שטיקל ליטװאַק, אַן עקשן, כ’װעל סײַ װי סײַ באַקומען אַן ענטפֿער.‟ אין אָװנט, װען די מאַמע האָט זיך אומגעקערט פֿון דער אַרבעט, האָב איך זי באַלד געפֿרעגט, װעמענס הובל װאַלגערט זיך בײַ אונדז אין דער שטאַל? „װאָס הײסט, װאַלגערט זיך? — האָט װי פֿאַרחידושט געפֿרעגט־געענטפֿערט די מאַמע, — ס’איז דאָך מײַן טאַטנס הובל. ס’הײסט, דײַן זײדע שכנהס הובל.‟ — „װאָס הײסט?‟ — פֿרעג איך װײַטער. „נו, יאָ, דער הובל איז אַלץ, װאָס ס‘איז געבליבן נאָך מײַן טאַטן, און די באָבע שלעפּט אים מיט זיך מיט, איבער װעלדער און פֿעלדער, אומעטום…‟

אָ, גאָטעניו, מײַן זײדעס גלעטהובל… כ’האָב דאָך געפֿילט, אַז אין אונדזער דירה איז דאָ נאָך עמעצער, כ’האָב געפֿילט זײַן ריח… נאָר איצט האָב איך שױן אױף זיכער געװוּסט, אַז דאָס איז דער זױערלעכער ריח פֿון מײַן זײדעס פֿאַרשװאַרצטע הענט.

דער הובל איז נעלם געװאָרן גלײַך נאָך מײַנע תּנאָים.

עס זײַנען פֿאַרבײַ יאָרן און צײַטן, נאָר דער ריח פֿון מײַן זײדעס הענט באַגלײט מיך דורך יאָרן און צײַטן. און טאַקע ער, מײַן זײדעס גלעטהובל, האָט מיר געהאָלפֿן צו פֿאַרשטײן דעם רבי נחמן בראַסלאַװערס געדאַנק, אַז משיח, אױף װעלכן מיר װאַרטן, איז ניט קײן לעבעדיקער מענטש, ניט קײן בריאה, און ניט קײן ייִד אַ צדיק, נאָר משיח איז אַ תּפֿילה.