מענטשן, זאַכן און געשפּענסטער

Of People, Objects and Ghosts


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published March 23, 2014, issue of April 11, 2014.

מײַן זײדע שכנה, זאָל זיך מיִען, איז געװען אַ מעבל־מײַסטער, אַ סטאָליער. צי איז געבליבן אױף דער װעלט עפּעס פֿון זײַנע טישן, בעטן און שרענק? דאָס װײס איך ניט, װײַל דער זײדע איז אַװעק אין דער אײביקײט מיט אַ סך יאָר צוריק, ערגעץ װוּ טיף אין סיביר, אַ פּאָר חדשים פֿאַרן סוף פֿון דער מלחמה. אַפֿילו די מצבֿה אױף זײַן קבֿר איז ניט געבליבן, װײַל אױפֿן אָרט, װוּ פֿריִער איז געװען דער בית־עולם, שױן אַ סך יאָרן פּליאַסקעט זיך דער קינסטלעכער קראַסנאָיאַרער ים. איז נאָך, גאָט צו דאַנקען, אַז על־פּי נס זײַנען אָפּגעהיט געװאָרן אַ פּאָר קאַרטלעך פֿון סוף דרײַסיקער יאָרן, װוּ דער זײדע מיט דער באָבען שטײען לעבן זײער הױז אין צענטער פֿון טשערנאָװיץ. פֿון די־אָ קאַרטלעך האָב איך געװוּסט, אַז דאָס אײנציקע, מיט װאָס דער זײדע האָט מיך באַלױנט, איז נאָר די גענעטישע מאָגערקײט און דער הױכער װוּקס. און דאָס װיכטיקסטע — אַלע מענטשן, װעלכע האָבן געקענט דעם זײדע שכנה, האָבן געדענקט אים װי אַ װײכן, אַ שטילן און אַ ברײטהאַרציקן ייִד.

װי אַזױ האָט אױסגעזען דער זײדע פֿון טאַטנס צד, דער זײדע שלמה, װײס איך ניט, װײַל אַפֿילו קײן קאַרטלעך פֿון אים זײַנען ניט געבליבן. אײן זאַך, אָבער, האָב איך גוט געװוּסט, אַז דער זײדע שלמה איז געװען זײער אַ קרעפֿטיקער מענטש, אַ ייִד אַ דעמב, אַ קאָװאַל מיט אַ ברײטער פּלײצע און אַ פּאָר אײַזערנע קולעקעס. דער זײדע שלמה איז געװען אַן אײַנגעשפּאַרטער ליטװאַק (אַזױ האָט געטענהט די באָבע רחל) מיט אַ שטרענגן כאַראַקטער, און ניט נאָר זײַנע קינדער, אױך דאָס גאַנצע שטעטל האָט פֿאַר אים מורא געהאַט. אױך איך האָב פֿאַר אים מורא געהאַט, כאָטש כ’האָב אים קײן מאָל ניט געזען און כ’װײס ניט אַפֿילו װי ער האָט אױסגעזען.

דעם קינדס מלוכה איז פּונקט אַזױ גרױס װי ער אַלײן, און דאָס קינד זאַפּט אין זיך אײַן די ריחות און קלאַנגען, װעלכע הערשן אין זײַן קלײנעם לאַנד, און די־אָ ריחות און קלאַנגען פֿון דער קינדהײט בלײַבן אין מענטשן ביזן װײַסן טאָג אַרײַן. פֿון קינדװײַז אָן האָב איך געקענט אונטערשײדן די ריחות פֿון יעדן אײנעם מיטגליד פֿון אונדזער משפּחה. אָבער װאָס?… כ’האָב שטענדיק געפֿילט אַ זױערלעכן ריח פֿון נאָך אַ מענטש, אָבער אים אַלײן האָב איך קײן מאָל ניט געזען און ניט געהערט. איז דאָס געװען אַ גרױס רעטעניש און אין דער זעלבער צײַט אַ שטרענג באַהאַלטענער סוד. כ’בין געװען זיכער, אַז אין אונדזער דירה לעבט נאָך עמעצער, אַן אײגענער. פּשוט, קײנער זעט אים ניט, װײַל ער האָט ניט קײן קערפּער, ער איז „אַ ריח‟, אַ געשפּענסטער, אַ נשמה אָן אַ קערפּער.

גלײַך נאָכן פּורים פֿלעגט די באָבע מילכּה אָנהײבן זיך גרײטן צום פּסח, און אױף מיר איז געלעגן אַ װיכטיקע אױפֿגעבונג אין די כּשרע צוגרײטונגען. כ’האָב געדאַרפֿט אַראָפּגײן אַזש קײן מאַרקולעשט און ברענגען אַן עמער װאַסער פֿונעם „ייִדישן קװאַל‟. עס איז טאַקע געװען אַ גוט שטיקל װעג, אַרום פֿינף קילאָמעטער. װײס איך װאָס, ניט געפֿערלעך. אָבער קײן מאַרקולעשט בין איך געגאַנגען באַרג־אַראָפּ און דערצו נאָך מיט אַ לײדיקן עמער, און פֿונעם קװאַל האָב איך געמוזט זיך שלעפּן באַרג־אַרױף און מיט אַ פֿולן עמער קװאַלװאַסער. אױך דאָס איז געװען ניט שרעקלעך. װיכטיק איז געװען צו זײַן זײער פֿאָרזיכטיק און ניט דערלאָזן, אַז דאָס כּשרערע װאַסער זאָל זיך, חלילה, ניט אָנשטעקן מיט עפּעס אַ טריפֿענער זאַך. פֿאַר װאָס? װײַל אין דעם־אָ „מאַרקולעשטער װאַסער‟ פֿלעגט די באָבע אײַנשטעלן די בוריקעס פֿאַרן באָרשטש צום צװײטן סדר פּסח.