ס’טוט זיך אויף דער וועלט אַ טומל, אַ רעש, אַ טאַרעראַם! כ’האָב אַפֿילו ניט קיין צײַט צו פֿאַרדינען געלט אויף שבת! — קרים אַהער, קרים אַהין, אַנעקסיע־שמאַנעקסיע, סאַנקציעס־שמאַנקציעס, אוקראַיִנישע באַנדערעווצעס, רוסישן קאָזאַקן — יענער עולם, דאַרף איך אײַך זאָגן. בקיצור, אַן איבערקערעניש! וואָס זשע ווילט איר? — די וועלט איז דאָך, ווי מע פֿלעג זאָגן אין בעסאַראַביע, קרים, קרום הייסט עס. צי קאָן מען דערוואַרטן עפּעס אַנדערש פֿון אַ קרומער וועלט?
איין מאָל האָט זיך דער אָנפֿירער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ניקיטאַ כרושטשאָוו אָנגעשיכּורט מיט זײַנע בני־עיר, אוקראַיִנישע פּאַרטיי־גענאָסעס; און אַזוי, שיכּורערהייט, האָט ער פֿונעם גאַנצן האַרץ געשאָנקען דער סאָוועטישער רעפּובליק אוקראַיִנע אַ גרויסן רוסישן אינדזל — קרים, מיט אַ צוגאָב די היסטאָריש־רוסישע ים־שטאָט, וואָס איז דערצו געווען אַ מיליטערישער פּאָרט, סעוואַסטאָפּאָל. געשאָנקען — איז פֿאַרפֿאַלן! אַ מתּנה מאָנט מען ניט צוריק. נאָר וואָס זשע דען? פֿון כרושטשאָוון, רבותי, דאַרף מען זיך לערנען, כּדי אויף ווײַטער פּטור ווערן פֿון מלחמות!
אוי, די מלחמות, די מלחמות! דאָס איז דאָך, הערט איר, גאָר אַ שחיטה פֿאַר דער וועלט! ווען איך בין פּוטין, מאַך איך אויס מלחמות, אָבער טאַקע לחלוטין אויס!
וועט איר דאָך פֿרעגן: ווי אַזוי? נאָר מיט בראָנפֿן, איר הערט מיך, מיט געשמאַקן רוסישן בראָנפֿן! דהײַנו? איך וועל עס אײַך געבן צו פֿאַרשטיין מיט שׂכל: למשל, צוויי מלוכות צעקריגן זיך איבער אַ נאַרישקייט — אַ שטיקל ערד, וואָס איז ווערט אַ שמעק טאַבעק. איין מלוכה זאָגט, אַז די טעריטאָריע איז איר טעריטאָריע, און אַ צווייטע מלוכה זאָגט: „ניין, ס’איז מײַן טעריטאָריע‟. הקיצור, טעריטאָריע אַהער, טעריטאָריע אַהין, מע „טעריטאָריעט‟ אַזוי לאַנג, ביז מע הייבט אָן שיסן…
וואָס זשע טו איך ווען איך בין פּוטין? וואָלט איך אײַנגעלאַדן צו זיך אין מאָסקווער קרעמל דעם אוקראַיִנישן פּרעזידענט יאַנוקאַוויטש, געמאַכט אַ הוליאַנקע, אַ באַנקעט, ווי מע רופֿט עס הײַנט, געמאַכט אַ גוטן לחיים, געזונגען מיט אים אין איינעם די פּאָפּולערע אוקראַיִנישע ליד „טיזש מענע פּידמאַנולאַ…‟ (דו האָסט מיך אָפּגענאַרט). דערנאָך, אַרומנעמענדיק דעם שיכּורן גאַסט מײַנעם געזאָגט: „יאַנוקאָוויטש, אַ רוח אין דײַן טאַטן, און אין כרושטשאָווס טאַטנס טאַטן אַרײַן, שענק מיר צוריק קרים און סעוואַסטאָפּאָל!‟ און יענער, וואָלט שיכּורערהייט פֿונעם גאַנצן האַרץ געשאָנקען אַ מתּנה פֿאַר רוסלאַנד אי קרים, אי סעוואַסטאָפּאָל… און שאַ שטיל אָן מלחמות, אָן אַנעקסיעס, אָן סאַנקציעס — שלום!
צי, כ’וואָלט אײַנגעלאַדן צו זיך דעם פּרעזידענט פֿון מאָלדאָווע. בראָנפֿן, אַ מאָלדאַווישע „דוינע‟, אַ טרײַ־לאַ־לאַ… „היי, מאָלדאָוואַן, מאַמעליגע־פּאָפּושוי, וואָס דאַרפֿסטו, דאָס שטיקל שמוציקע בײַדנעסטער, טפֿו! שענק עס מיר…‟ און יענער, דער פּרעזידענט, הייסט עס, פֿון מאָלדאָווע, שענקט מיר, פּוטינען, מיטן גאַנצן שיכּורן האַרצן דאָס שטיקל בײַדנעסטער — און אויס קאָנפֿליקט, אויס קריגערײַען — שלום!
און צו וואָס דאַרף מען דאָס אומפֿאַרשטייעניש צווישן רוסלאַנד און די יאַפּאַנער? איבער דרײַ קליינע אינדזלעך, דרײַ פֿעלדזן־שטיינער, אויף דער רוח ווייסט וווּ, אינדזלען — קורילן? — קום צו מיר, טײַערער שכן, יאַפּאַנטשיקל, מיט שמאָלע אייגעלעך, קום צו גאַסט. לאָמיר אויסטרינקען אַ פּאָר גלעזלעך בראָנפֿן. טרינק און עס, שעם זיך ניט, אָט האָסטו שוואַרצע רויג, רויטע רויג, דײַנע ליבע „סושיס‟. כ’וועל אים ווײַזן אַ פּאָר איבונגען „דזודאָ‟, זינגען מיט אים עפּעס אַ יאַפּאַניש לידעלע: „אוטי יוטי טיטי מיטי‟… — און יענער איז דאָך ניט קיין חזיר! און זײַענדיק ווי אַ חזיר שיכּור, שענקט ער מיר, פּוטינען, פֿאַרשטייט זיך, די דרײַ פֿאַרשאָלטענע אינדזלען און אָפּגעמאַכט — שלום!
נאָר וואָס איז שייך עפּעס דווקא שלום נאָר פֿאַר רוסלאַנד? מע קאָן דאָך אײַנפֿירן דאָס זעלבע פֿאַר דער גאַנצער וועלט!
ווען איך בין פּוטין, גיב איך אַ קלונג קיין ענגלאַנד, צו זייער פּרעמיער: „דו, ענגלענדער מיט די לאַנגע פֿיס און מיט אַ שוואַרצן פֿראַק, קום צו גאַסט. לאָמיר מאַכן אַ פֿײַערדיקע וועטשערע אין די קרעמל־פּאַלאַצן‟. און אָט איז ער שוין דאָ. „טרינק, טרינק רוסישן בראָנפֿן, זע נאָר סאַראַ שיינע רוסישע מיידלעך טאַנצן אַרום אונדז דעם באַלעט ׳שוואַנען־אָזעראָ׳‟… און אָט איז שוין דער ענגלענדער שיכּור און שענקט די שאָטלענדער אַן אָפּהענגיקייט; זאָלן זיי זיך טאָן דאָרט קאָפּ אין דער וואַנט. און כּדי צוויי מאָל זיך ניט אָנשיכּורן, שענקט ער שוין מיט איין וועג פֿאַר אַרגענטינע די פֿאָלקלענד־אינדזלען…
צי, צום בײַשפּיל, כ’וואָלט גערופֿן דעם טערק. זאָגט מיר, דער נאַרישער טערק, אַז ער איז אַ מוסולמענער און טרינקט ניט קיין בראָנפֿן. ענטפֿער איך אים: „דו, טערק, וואָס דו ביסט, ס’איז דאָך אומזיסטער בראָנפֿן, ס’וועט דיך ניט קאָסטן קיין גראָשן. און אומזיסטן בראָנפֿן טרינקען אַפֿילו מוסולמענער. און דער דיכטער אָמאַר כאַיאַם האָט דען ניט געהייסן שיכּורן?‟… דערנאָך בראָנפֿן, טשײַקאָווסקיס „טערקישער מאַרש‟, שיינע רייד און צווישן אַנדערש: „לאָז שוין אָפּ, ברודער מײַנער, צוליב אַלאַ, די קורדן! גיב זיי אַ שטיקל ערד, זאָלן זיי האָבן זייער אייגן לענדל, וואָס וועט דיך דאָס אַרן… שלום!‟
צי, לאָמיר נעמען אונדזער נתניהו, דעם קראַסאַוועץ ביבי… אָט זיצט ער שוין בײַ איין טיש מיט מיר, מיט פּוטינען, הייסט עס, און מאַכט אַ לחײם, אַרום אונדז שטראַלט דאָס גאָלד פֿון די קרעמל־פּאַלאַצן. עס זינגט דער „כאָר טורעצקאָגאָ‟, מיט יוסף קאָבזאָנען סאָלאָ: „חבֿה נגילה, חבֿה נגילה…‟ — נו, ביבעלע, — זאָג איך אים, — זײַ ניט קיין פּי צדיק, שענק די פּאַלעסטינער אַ שטיקל ירושלים, זאָלן זיי זיך מיט אים… — און איך וועל אײַנרעדן אַבאַסן זייערן, אַז ער זאָל אײַך שענקען די טעריטאָריעס־שמעריטאָריעס…‟
נו, וואָס זאָגט איר, ווי געפֿעלט אײַך מײַן פּלאַן? און ווער איז אונדז נאָך געבליבן? — שפּאַניע מיט די באַסקן, אַפֿריקע… ווער ס’זאָל ניט זײַן, בראָנפֿן אין רוסלאַנד וועט סטײַען, האָט ניט קיין דאגות! כ’וויל אײַך זאָגן, אַז דער פּאַן גימון פֿון דער „יו־ען‟, וואָלט געדאַרפֿט אויסקושן מײַן יעדער אבֿר…
און אפֿשר, האַ?… ווען איך בין פּוטין, זאַמל איך צונויף אין מאָסקווע אַלע פּרעזידענטן, פּרעמיערן, קיניגן — די בעלי־הבתּים פֿון דער וועלט און מאַך פֿאַר זיי, ווי עס זאָגן די רוסן: „פּיר נאַ וועס מיר‟, ס‘הייסט, אַ שׂימחה פֿאַר דער גאַנצער וועלט! צי אויף ייִדיש געזאָגט — „לאָמיר אַלע אין איינעם…‟ — און ווען אַלע וועלן זײַן פֿאַרכּוסעט, פֿאַרשיכּורט זאָג איך צו זיי: „רבותי, לאָמיר מבֿטל זײַן אַלע גרענעצן, סע זאָל לחלוטין ניט זײַן קיין גרענעצן! אויס אַמט־צאָלן, אויס גרענעץ־וועכטער, אויס, ברענען זאָלן זיי, פּאַספּאָרטן מיט וויזעס… איין גרויסע פֿרידלעכע וועלט, און איך — אין סאַמע שפּיץ… בײַ מײַן ערן וואָרט: ס’וועט ווערן אַ וועלט אָן מלחמות, אָן אַנעקסיעס… אַן אייביקער שלום! אַ פּלאַנעטע פֿון ברידער! אוי, וואָלט דעמאָלט געווען אַ שיינע, פֿרײַע, אַ גלײַכע און ניט קיין קרומע וועלט!… משיחס צײַטן… און איר זאָגט קרים, סעוואַסטאָפּאָל… אײַ, ווען איך בין פּוטין!… ווען איך בין פּוטין דאַרף איך דאָך ניט קיין געלט אויף שבת…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.