ווען איך בין פּוטין

Ven ikh bin Putin

פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין מאַכט אַ לחיים פֿאַר שלום אויף זײַן אופֿן
פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין מאַכט אַ לחיים פֿאַר שלום אויף זײַן אופֿן

פֿון משה לעמסטער

Published March 26, 2014, issue of April 11, 2014.

ס’טוט זיך אויף דער וועלט אַ טומל, אַ רעש, אַ טאַרעראַם! כ’האָב אַפֿילו ניט קיין צײַט צו פֿאַרדינען געלט אויף שבת! — קרים אַהער, קרים אַהין, אַנעקסיע־שמאַנעקסיע, סאַנקציעס־שמאַנקציעס, אוקראַיִנישע באַנדערעווצעס, רוסישן קאָזאַקן — יענער עולם, דאַרף איך אײַך זאָגן. בקיצור, אַן איבערקערעניש! וואָס זשע ווילט איר? — די וועלט איז דאָך, ווי מע פֿלעג זאָגן אין בעסאַראַביע, קרים, קרום הייסט עס. צי קאָן מען דערוואַרטן עפּעס אַנדערש פֿון אַ קרומער וועלט?

איין מאָל האָט זיך דער אָנפֿירער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ניקיטאַ כרושטשאָוו אָנגעשיכּורט מיט זײַנע בני־עיר, אוקראַיִנישע פּאַרטיי־גענאָסעס; און אַזוי, שיכּורערהייט, האָט ער פֿונעם גאַנצן האַרץ געשאָנקען דער סאָוועטישער רעפּובליק אוקראַיִנע אַ גרויסן רוסישן אינדזל — קרים, מיט אַ צוגאָב די היסטאָריש־רוסישע ים־שטאָט, וואָס איז דערצו געווען אַ מיליטערישער פּאָרט, סעוואַסטאָפּאָל. געשאָנקען — איז פֿאַרפֿאַלן! אַ מתּנה מאָנט מען ניט צוריק. נאָר וואָס זשע דען? פֿון כרושטשאָוון, רבותי, דאַרף מען זיך לערנען, כּדי אויף ווײַטער פּטור ווערן פֿון מלחמות!

אוי, די מלחמות, די מלחמות! דאָס איז דאָך, הערט איר, גאָר אַ שחיטה פֿאַר דער וועלט! ווען איך בין פּוטין, מאַך איך אויס מלחמות, אָבער טאַקע לחלוטין אויס!

וועט איר דאָך פֿרעגן: ווי אַזוי? נאָר מיט בראָנפֿן, איר הערט מיך, מיט געשמאַקן רוסישן בראָנפֿן! דהײַנו? איך וועל עס אײַך געבן צו פֿאַרשטיין מיט שׂכל: למשל, צוויי מלוכות צעקריגן זיך איבער אַ נאַרישקייט — אַ שטיקל ערד, וואָס איז ווערט אַ שמעק טאַבעק. איין מלוכה זאָגט, אַז די טעריטאָריע איז איר טעריטאָריע, און אַ צווייטע מלוכה זאָגט: „ניין, ס’איז מײַן טעריטאָריע‟. הקיצור, טעריטאָריע אַהער, טעריטאָריע אַהין, מע „טעריטאָריעט‟ אַזוי לאַנג, ביז מע הייבט אָן שיסן…

וואָס זשע טו איך ווען איך בין פּוטין? וואָלט איך אײַנגעלאַדן צו זיך אין מאָסקווער קרעמל דעם אוקראַיִנישן פּרעזידענט יאַנוקאַוויטש, געמאַכט אַ הוליאַנקע, אַ באַנקעט, ווי מע רופֿט עס הײַנט, געמאַכט אַ גוטן לחיים, געזונגען מיט אים אין איינעם די פּאָפּולערע אוקראַיִנישע ליד „טיזש מענע פּידמאַנולאַ…‟ (דו האָסט מיך אָפּגענאַרט). דערנאָך, אַרומנעמענדיק דעם שיכּורן גאַסט מײַנעם געזאָגט: „יאַנוקאָוויטש, אַ רוח אין דײַן טאַטן, און אין כרושטשאָווס טאַטנס טאַטן אַרײַן, שענק מיר צוריק קרים און סעוואַסטאָפּאָל!‟ און יענער, וואָלט שיכּורערהייט פֿונעם גאַנצן האַרץ געשאָנקען אַ מתּנה פֿאַר רוסלאַנד אי קרים, אי סעוואַסטאָפּאָל… און שאַ שטיל אָן מלחמות, אָן אַנעקסיעס, אָן סאַנקציעס — שלום!

צי, כ’וואָלט אײַנגעלאַדן צו זיך דעם פּרעזידענט פֿון מאָלדאָווע. בראָנפֿן, אַ מאָלדאַווישע „דוינע‟, אַ טרײַ־לאַ־לאַ… „היי, מאָלדאָוואַן, מאַמעליגע־פּאָפּושוי, וואָס דאַרפֿסטו, דאָס שטיקל שמוציקע בײַדנעסטער, טפֿו! שענק עס מיר…‟ און יענער, דער פּרעזידענט, הייסט עס, פֿון מאָלדאָווע, שענקט מיר, פּוטינען, מיטן גאַנצן שיכּורן האַרצן דאָס שטיקל בײַדנעסטער — און אויס קאָנפֿליקט, אויס קריגערײַען — שלום!

און צו וואָס דאַרף מען דאָס אומפֿאַרשטייעניש צווישן רוסלאַנד און די יאַפּאַנער? איבער דרײַ קליינע אינדזלעך, דרײַ פֿעלדזן־שטיינער, אויף דער רוח ווייסט וווּ, אינדזלען — קורילן? — קום צו מיר, טײַערער שכן, יאַפּאַנטשיקל, מיט שמאָלע אייגעלעך, קום צו גאַסט. לאָמיר אויסטרינקען אַ פּאָר גלעזלעך בראָנפֿן. טרינק און עס, שעם זיך ניט, אָט האָסטו שוואַרצע רויג, רויטע רויג, דײַנע ליבע „סושיס‟. כ’וועל אים ווײַזן אַ פּאָר איבונגען „דזודאָ‟, זינגען מיט אים עפּעס אַ יאַפּאַניש לידעלע: „אוטי יוטי טיטי מיטי‟… — און יענער איז דאָך ניט קיין חזיר! און זײַענדיק ווי אַ חזיר שיכּור, שענקט ער מיר, פּוטינען, פֿאַרשטייט זיך, די דרײַ פֿאַרשאָלטענע אינדזלען און אָפּגעמאַכט — שלום!