קינדער און פּיסטוילן: אַן אַמעריקאַנער טראַגעדיע

Children and Guns: An American Tragedy


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 01, 2014, issue of April 25, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

כאָטש דער פֿאַקט, וואָס 40% פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג פֿאַרמאָגט כאָטש איין שיס־וואָפֿן העלפֿט ניט די סיטואַציע, דערקלערט ער ניט פֿאַר וואָס די־אָ כּלי־זיין לאָזן איבער אַזוי פֿיל קרבנות בײַ אונדז אַמעריקאַנער. עס זענען דאָ אַנדערע לענדער, וואָס זענען אויך פֿאַרפֿלייצט מיט ביקסן אָבער אין קיין אַנדער אינדוסטריעלער מדינה זעט מען ניט אַזאַ שוידערלעכע צאָל טויט־פֿאַלן צוליב דעם, אַפֿילו אַז מע פֿאַרגלײַכט זי לויט דער דורכשניטלעכער צאָל טויט־פֿאַלן פֿאַר יעדן טויזנט מענטשן. אין אַמעריקע, למשל, זענען דאָ 88 ביקסן פֿאַר יעדער הונדערט מענטשן, און אין דער שווייץ, וווּ עס זענען פֿאַראַן 45 ביקסן פֿאַר יעדער הונדערט מענטשן, ווערן לויטן פּראָצענט ווייניקער ווי 4 מאָל אַזוי פֿיל שווייצער דערשאָסן צום טויט ווי אַמעריקאַנער.

דער מצבֿ איז גאַנץ ענלעך אין אַנדערע אייראָפּעיִשער לענדער ווי דײַטשלאַנד, סערביע, שוועדן און נאָרוועגיע, וווּ אַ סך מענטשן פֿאַרמאָגן ביקסן. הייסט עס, אַז די פּראָבלעם באַשטייט ניט בלויז פֿון די צאָל ביקסן, וועלכע מיר אַמעריקאַנער פֿאַרמאָגן, נאָר די סאָרט ביקסן און ווי אַזוי מיר באַנוצן זיך מיט זיי. ס׳איז באמת אַ קולטורעלע פּראָבלעם פֿון ניט האָבן גענוג שׂכל, וואָס שייך ווי אַזוי מע באַציט זיך צו ביקסן און ווי אַזוי מיר רעדן וועגן זיי, איידער סתּם דער רעזולטאַט פֿון דעם, וואָס דאָס לאַנד איז פֿאַרפֿלייצט מיט שיס־געווער.

ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער אומגעזונטער אַמעריקאַנער ביקס־קולטור פֿאַרמאָגן די שתּדלנים־געזעלשאַפֿטן, וועלכע אַרבעטן לטובֿת די אינטערעסן פֿון די ביקס־פֿאַרבריקאַנטן, אַן אומגעהויער־שטאַרקן קאָנטראָל איבער די געזעצן, וועלכע האָבן אַ שײַכות צו געווער. „געוויסע שטאַטן האָבן געפּרוּווט באַגרענעצן די וואָרט־פֿרײַהייט פֿון דאָקטוירים און אַנדערע געזונט־אַרבעטער מיט זייערע פּאַציענטן אַרום ביקסן און זייערע שעדלעכע עפֿעקטן‟, האָט ד׳׳ר שלום בערגער, אַ דאָקטאָר אין באַלטימאָר, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. אין פֿלאָרידע, למשל, האָט מען אין 2011 אָנגענומען אַ געזעץ, וואָס פֿאַרווערט די קינדער־דאָקטוירים צו פֿרעגן די עלטערן פֿון זייערע פּאַציענטן, צי זיי פֿאַרמאָגן אַ ביקס אין דער היים אָדער צו דיסקוטירן, ווי אַזוי מע זאָל ריכטיק פֿאַרשליסן געווער, ווען ער ווערט ניט באַנוצט.

אַזעלכע פּרוּוון מצד די ביקס־לאָביס זעט מען ניט בלויז אין שײַכות צו געזעץ־פּראָיעקטן אין פֿאַרשידענע שטעט, נאָר אויך אין דער נאַציאָנאַלער פּאָליטישער אַרענע. שוין זינט יוני 2013 פֿאַרמאָגט אַמעריקע ניט קיין שעף פֿאַר געזונט־ענינים (Surgeon General). פּרעזידענט אָבאַמאַס אויסקלײַב פֿאַרן אַמט, ד׳׳ר וויוועק מורטי, ווערט אָפּגעשטעלט דורכן NRA צוליב דעם, וואָס מורטי, ווי ס׳רובֿ עקספּערטן אין פֿאָלקס־געזונט, האַלט, אַז מע דאַרף אַרומרעדן דעם ענין פֿון ביקסן אַזוי ווי מע רעדט אַרום די זיכערהייט פֿון אויטאָס, שווים־באַסיינען און קאַסקעס פֿאַר קינדער, וועלכע פֿאָרן מיט ביציקלען. די געזעצן פֿאַרווערן אָבער, אַז די פֿעדעראַלע רעגירונג זאָל געבן געלטער יענע פֿאָרשער, וועלכע ווילן ערנסט באַטראַכטן דעם ענין. צוליב דעם וואָס ד׳׳ר מורטי האָט קריטיקירט אַזעלכע געזעצן, האָט מען זײַן נאָמינאַציע אָפּגעשטעלט.

פֿון זײַן זײַט, איז ד׳׳ר בערגער מסכּים מיטן פֿאָרגעשלאָגענעם שעף פֿאַר געזונט־ענינים און האַלט ווײַטער, אַז מע זאָל באַטראַכטן דעם ענין אַזוי ווי מע באַטראַכט קראַנקייטן. „אַזוי ווי מיר פּרוּוון אָפּשאַפֿן די פֿאַקטאָרן, וואָס זײַנען גורם קראַנקייטן (מיר וואַקצינירן קעגן גריפּע, מיר פּרוּוון אַראָפּנידערן דעם הויכן בלוטדרוק), דאַרפֿן מיר אויך במילא פּרוּוון אָפּשטעלן די ביקסן־מגפֿה, וואָס באַדראָט די אַמעריקאַנער אויף טריט און שריט.‟

דער אַמט פֿון שעף פֿאַר געזונט־ענינים איז ניט דער איינציקער פּאָסטן, וועלכע דער NRA האָט באַוויזן צו טאָרפּערדירן. פֿון 2007 ביז 2013 האָט אַ גרופּע סענאַטאָרן, וועלכע איז געטרײַ דער NRA, ניט דערלאָזט, אַז מע זאָל אַרײַנשטעלן קיין שום מענטש ווי דער שעף פֿונעם אַמעריקאַנער אינסטאַנץ פֿאַר אַלקאָהאָל, טאַביק און שיס־געווער (ATF), און צוליב דעם איז דער אַמט געבליבן ליידיק.

דער NRA און זײַנע אָנהענגער זענען אָבער ווײַט ניט די איינציקע אַספּעקטן פֿון דער פּראָבלעם. ווי עס באַווײַזט מײַן ערשטע איבערלעבונג מיט פּיסטוילן, דאַרפֿן אַ סך אַמעריקאַנער בעסער אַכטונג געבן אויף זייערע וואָפֿנס. די עיקר־פּראָבלעמען פֿון דער ביקס־מגפֿה שטאַמען אויך פֿון דעם, וואָס ס׳איז ניטאָ קיין געהעריקע אַרבעט פֿאַר אַ סך מענטשן, וועלכע גלייבן, אַז זיי האָבן ניט קיין ברירה אַחוץ אַרײַנצוגיין אינעם נאַרקאָטיק־האַנדל. ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ — איז די אַמעריקאַנער קולטור אַליין, וואָס אָנערקענט דאָס פֿאַרמאָגן געווער ווי אַ כּמו־רעליגיעזע רעכט. צוליב אָט די „רעליגיעזע‟ רעכט צו האָבן אַ ביקס, ווי דער פֿאַל פֿון ד׳׳ר מורטי באַווײַזט, האָבן די אַמעריקאַנער באַשלאָסן, אַז דער ענין איז פּשוט צו טאַבו אַרומצורעדן. און ווי די דאָקטוירים גיבן איבער, איז אַזש שווײַגן ממש געפֿערלעך.