לאָמיר אָפּהיטן דעם ניו־יאָרקער דיאַלעקט

On Maintaining the New York Dialect


פֿון לייזער בורקאָ

Published April 04, 2014, issue of April 25, 2014.

די גלאָבאַליזאַציע און די סטאַנדאַרדיזירונג פֿון די נאַציאָנאַלע קולטורן זײַנען פּראָצעסן, וואָס שטעלן אין סכּנה טויזנטער שפּראַכן איבער דער וועלט, און ניט נאָר אין דער „דריטער וועלט‟.

אמת, ס׳רובֿ קליינע לשונות לעבן הײַנט דווקא אין די אָרעמסטע לענדער, און אַ העלפֿט פֿון זיי רעדן הײַנט ווייניקער ווי 10,000 מענטשן. אין די „אַנטוויקלטע‟ לענדער, אין אַמעריקע און מערבֿ־אייראָפּע, האָט די מלוכה אין משך פֿון הונדערטער יאָר אונטערגעדריקט די אָרטיקע דיאַלעקטן און די ניט־אָפֿיציעלע שפּראַכן. זינט 1600, למשל, זײַנען איבער 50 אינדיאַנער לשונות פֿון צפֿון־אַמעריקע פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, ווײַל די אינדיאַנער גרופּעס זײַנען אַסימילירט געוואָרן, אָדער זײַנען פּשוט אויסגעשטאָרבן.

אָבער אַפֿילו גרויסע שפּראַכן שטייען אין סכּנה צוליב די דאָזיקע פּראָצעסן. ווער ווייסט דאָס בעסער ווי מיר ייִדן, וואָס אין משך פֿון די לעצטע 70 יאָר איז די צאָל ייִדיש־רעדערס אַראָפּ פֿון די 4־5 מיליאָן, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן נאָך אונדזער גרויסן חורבן, ביז אַ פּאָר הונדערט טויזנט? אַזעלכע ראַדיקאַלע שינוים קענען הײַנט פֿאָרקומען אומגעריכט אין איין הרף־עין, פֿון איין דור צו אַ צווייטן. מיר קענען זען, ווי דאָס קומט פֿאָר אַרום אונדז, ווי די קינדער רעדן אַנדערש פֿון די עלטערן, און גאָר אַנדערש פֿון די באָבע־זיידע. אין דער גרויסער שטאָט געשעט עס נאָך גיכער, ווײַל דאָרטן קומען זיך צונויף מענטשן פֿון אומעטום און די אונטערשיידן ווערן אויסגעגליכן. איין וויכטיקע סיבה פֿאַר דער ירידה פֿון ייִדיש איז דאָס, וואָס די ייִדן זײַנען אַרײַן אין די גרויסע שטעט, פֿריִער אין אייראָפּע און דערנאָך אין אַמעריקע, און דאָרט ווערט מען גיכער אַסימילירט.

אַפֿילו די דיאַלעקטן פֿון די גרויסע שטעט גופֿא גייען צו ביסלעך אונטער פֿאַר אונדזערע אויגן. ניט לאַנג צוריק האָט מען נאָך געהערט אינעם ניו־יאָרקער „סאָבוויי‟, ווי דער קאָנדוקטאָר רעדט אַ געשמאַקן ניו־יאָרקער ענגליש. די באַן האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף „טוידי־טויד סטריט‟ (33סטע גאַס) און יעדער ניו־יאָרקער האָט זיך געפֿילט אין דער היים. דערנאָך האָט מען אײַנגעפֿירט די עלעקטראָנישע שטימען, וואָס קלינגען ווי ראָבאָטן פֿון „דיזנילאַנד‟, און עס האָט איצט אַ טעם ווי אין אַן אַעראָפּאָרט. אַ מאָל איז דאָס ניו־יאָרקער ענגליש געווען אַזוי חשובֿ, אַז אַפֿילו פּרעזידענט פֿראַנקלין רוזוועלט האָט גערעדט פֿאַר דער גאַנצער נאַציע „אָן אַ ריש‟. אָבער הײַנט הערט מען עס זעלטן אין גרויסע טיילן פֿון דער שטאָט, דער עיקר, אין מאַנהעטן און אין די שכנישע טיילן פֿון ברוקלין.

ווער איז שולדיק אין דעם? מען קען ענטפֿערן: מיר אַלע — און קיינער ניט. דאָס זײַנען גרויסע סאָציאַלע פּראָצעסן, וואָס מענטשן נעמען איבער אַן אַנדער שטייגער רעדן, אַפֿילו ניט־טראַכטנדיק. די הויפּט-טראָגערס פֿונעם קלאַסישן ניו־יאָרקער דיאַלעקט זײַנען די „ווײַסע עטנישע‟ גרופּעס — די ייִדן, די אירלענדער, די איטאַליענער, די פּאָליאַקן אאַז”וו. מען קען אויך זאָגן, אַז די לאַטינאָס און די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער רעדן נאָך דאָס ניו־יאָרקער ענגליש, כאָטש זייערע וואַריאַנטן זײַנען אין אַ גרויסער מאָס אויך באַשטימט פֿון שפּאַניש און פֿונעם אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ענגליש, וואָס מע רעדט אומעטום.