לאָמיר אָפּהיטן דעם ניו־יאָרקער דיאַלעקט

On Maintaining the New York Dialect


פֿון לייזער בורקאָ

Published April 04, 2014, issue of April 25, 2014.

די גלאָבאַליזאַציע און די סטאַנדאַרדיזירונג פֿון די נאַציאָנאַלע קולטורן זײַנען פּראָצעסן, וואָס שטעלן אין סכּנה טויזנטער שפּראַכן איבער דער וועלט, און ניט נאָר אין דער „דריטער וועלט‟.

אמת, ס׳רובֿ קליינע לשונות לעבן הײַנט דווקא אין די אָרעמסטע לענדער, און אַ העלפֿט פֿון זיי רעדן הײַנט ווייניקער ווי 10,000 מענטשן. אין די „אַנטוויקלטע‟ לענדער, אין אַמעריקע און מערבֿ־אייראָפּע, האָט די מלוכה אין משך פֿון הונדערטער יאָר אונטערגעדריקט די אָרטיקע דיאַלעקטן און די ניט־אָפֿיציעלע שפּראַכן. זינט 1600, למשל, זײַנען איבער 50 אינדיאַנער לשונות פֿון צפֿון־אַמעריקע פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, ווײַל די אינדיאַנער גרופּעס זײַנען אַסימילירט געוואָרן, אָדער זײַנען פּשוט אויסגעשטאָרבן.

אָבער אַפֿילו גרויסע שפּראַכן שטייען אין סכּנה צוליב די דאָזיקע פּראָצעסן. ווער ווייסט דאָס בעסער ווי מיר ייִדן, וואָס אין משך פֿון די לעצטע 70 יאָר איז די צאָל ייִדיש־רעדערס אַראָפּ פֿון די 4־5 מיליאָן, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן נאָך אונדזער גרויסן חורבן, ביז אַ פּאָר הונדערט טויזנט? אַזעלכע ראַדיקאַלע שינוים קענען הײַנט פֿאָרקומען אומגעריכט אין איין הרף־עין, פֿון איין דור צו אַ צווייטן. מיר קענען זען, ווי דאָס קומט פֿאָר אַרום אונדז, ווי די קינדער רעדן אַנדערש פֿון די עלטערן, און גאָר אַנדערש פֿון די באָבע־זיידע. אין דער גרויסער שטאָט געשעט עס נאָך גיכער, ווײַל דאָרטן קומען זיך צונויף מענטשן פֿון אומעטום און די אונטערשיידן ווערן אויסגעגליכן. איין וויכטיקע סיבה פֿאַר דער ירידה פֿון ייִדיש איז דאָס, וואָס די ייִדן זײַנען אַרײַן אין די גרויסע שטעט, פֿריִער אין אייראָפּע און דערנאָך אין אַמעריקע, און דאָרט ווערט מען גיכער אַסימילירט.

אַפֿילו די דיאַלעקטן פֿון די גרויסע שטעט גופֿא גייען צו ביסלעך אונטער פֿאַר אונדזערע אויגן. ניט לאַנג צוריק האָט מען נאָך געהערט אינעם ניו־יאָרקער „סאָבוויי‟, ווי דער קאָנדוקטאָר רעדט אַ געשמאַקן ניו־יאָרקער ענגליש. די באַן האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף „טוידי־טויד סטריט‟ (33סטע גאַס) און יעדער ניו־יאָרקער האָט זיך געפֿילט אין דער היים. דערנאָך האָט מען אײַנגעפֿירט די עלעקטראָנישע שטימען, וואָס קלינגען ווי ראָבאָטן פֿון „דיזנילאַנד‟, און עס האָט איצט אַ טעם ווי אין אַן אַעראָפּאָרט. אַ מאָל איז דאָס ניו־יאָרקער ענגליש געווען אַזוי חשובֿ, אַז אַפֿילו פּרעזידענט פֿראַנקלין רוזוועלט האָט גערעדט פֿאַר דער גאַנצער נאַציע „אָן אַ ריש‟. אָבער הײַנט הערט מען עס זעלטן אין גרויסע טיילן פֿון דער שטאָט, דער עיקר, אין מאַנהעטן און אין די שכנישע טיילן פֿון ברוקלין.

ווער איז שולדיק אין דעם? מען קען ענטפֿערן: מיר אַלע — און קיינער ניט. דאָס זײַנען גרויסע סאָציאַלע פּראָצעסן, וואָס מענטשן נעמען איבער אַן אַנדער שטייגער רעדן, אַפֿילו ניט־טראַכטנדיק. די הויפּט-טראָגערס פֿונעם קלאַסישן ניו־יאָרקער דיאַלעקט זײַנען די „ווײַסע עטנישע‟ גרופּעס — די ייִדן, די אירלענדער, די איטאַליענער, די פּאָליאַקן אאַז”וו. מען קען אויך זאָגן, אַז די לאַטינאָס און די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער רעדן נאָך דאָס ניו־יאָרקער ענגליש, כאָטש זייערע וואַריאַנטן זײַנען אין אַ גרויסער מאָס אויך באַשטימט פֿון שפּאַניש און פֿונעם אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ענגליש, וואָס מע רעדט אומעטום.

זינט די „ווײַסע עטנישע‟ גרופּעס האָבן אָנגעהויבן פֿאַרלאָזן די שטאָט אין די סוף־1940ער יאָרן, און מיט אַ גרעסערן אימפּעט זינט די 1960ער יאָרן, האָט דער דיאַלעקט גענומען זיך אָפּשוואַכן. דער עיקר, האָט מען אָנגעהויבן אידענטיפֿיצירן דעם דיאַלעקט מיט דער אָרעמער, „נידעריקער‟ געזעלשאַפֿט, און די ניו־יאָרקער וואָס האָבן געשטרעבט צו עפּעס בעסערס האָבן זיך אָנגעשטרענגט צו רעדן וואָס ווייניקער ניו־יאָרקיש. שוין אין די 1960ער יאָרן האָט דער באַקאַנטער סאָציאָלינגוויסט וויליאַם לאַבאָוו געזען, אַז דער אַרויסרייד פֿונעם טיפּ „טוידי־טויד‟ איז אַ סך מער פֿאַרשפּרייט בײַ עלטערע ווי בײַ ייִנגערע מענטשן. אויך דאָס „רעדן אָן אַ ריש‟, וואָס איז פֿריִער געווען אַ סימן פֿון פּרעסטיזש, איבערגענומען פֿון די ענגלענדער, איז געוואָרן אַ זעלטנקייט בײַם מיטלשטאַנד און אין די הויכע פֿענצטער.

זינט די 1980ער יאָרן, און נאָך מער זינט די 1990ער, ווען די שטאָט האָט ווידער גענומען אַרויפֿגיין עקאָנאָמיש, איז געקומען אַן אינוואַזיע פֿון גוט־געבילדעטע גרויסע פֿאַרדינער פֿון אַנדערע טיילן פֿון אַמעריקע, כּדי צו אַרבעטן אויף „וואָל־סטירט‟ און אויסצופּרוּוון זייער מזל אויף „בראָדוויי‟. די דאָזיקע פּרעסטיזשפֿולע „יאָפּיס‟ האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף די אַנדערע ניו־יאָרקער, ספּעציעל אויף די קינדער פֿון די „ווײַסע עטנישע‟, און דאָס שפּילט אויך אַ ראָלע אין דער ירידה פֿונעם דיאַלעקט אין מאַנהעטן און צפֿון־ברוקלין.

די צײַט איז געקומען, אַז די ניו־יאָרקער זאָלן אַוועקוואַרפֿן די בושה און אַרויסווײַזן אַ ביסל שטאָלץ מיטן אייגענעם דיאַלעקט. ס׳איז ניטאָ וואָס זיך צו שעמען, אויף ניו־יאָרקיש האָבן גערעדט אַ סך פֿון אונדזערע גרעסטע שרײַבער און דענקער. ניט נאָר רוזוועלט, אויך דער גרעסטער אַמעריקאַנער פּאָעט, וואַלט וויטמען, אַ געבוירענער אין לאָנג־אײַלאַנד, האָט „גערעדט אָן אַ ריש‟. ניט די ניו־יאָרקער זאָלן איבערנעמען דאָס ענגליש פֿון די „יאָפּיס‟, נאָר פֿאַרקערט — זאָלן די „יאָפּיס‟ זיך אויסלערנען צו רעדן ניו־יאָרקיש ווי געהעריק. אַזוי וואָלטן זיי געקענט אַרויסווײַזן, אַז זיי זײַנען טאַקע געוואָרן „אמתע ניו־יאָרקער‟.

די הויפּט־צרה פֿונעם דיאַלעקט באַשטייט אין דעם, וואָס די אינטעליגענטע יוגנט האָט אים שוין לאַנג פֿאַרגעסן. זיי הערן אים נאָר אין פֿילמען און אין שלעכטע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען וועגן דער „מאַפֿיע‟, אָדער פֿון די אַזוי גערופֿענע „גווידאָס‟ אויפֿן „דזשערזי־ברעג‟. נאָך צענדליקער יאָרן פֿון הפֿקרות, דאַרף די אינטעליגענץ זיך אומקערן צו ניו־יאָקעריש, עס ניט בלויז צו רעדן, נאָר אויך צו קולטיווירן. פֿאַר וואָס שרײַבן מיר ניט קיין לידער, ניט קיין ליטעראַטור אויף ניו־יאָרקיש? פֿאַר וואָס האָבן מיר ניט קיין שולן און זומער־לאַגערן פֿאַר קינדער אויף ניו־יאָרקיש? מיר דאַרפֿן אויך קלאַסן פֿאַר דערוואַקסענע, כּדי די פֿיל טויזנטער פֿרעמדע און אַסימילירטע זאָלן אויך אויסלערנען דעם דיאַלעקט. די שטאָט־פֿאַרוואַלטונג אַליין וואָלט געדאַרפֿט שטיצן אַזאַ שפּראַך־פּאָליטיק, ווײַל אונדזער לינגוויסטישע קולטור־ירושה איז פּונקט אַזוי וויכטיק ווי די היגע נאַטירלעכע סבֿיבֿה אין אונדזערע פּאַרקן אָדער ווי די היסטאָרישע אַרכיטעקטור פֿון אונדזערע אַלטע בנינים.

אין דער דאָזיקער אַרבעט קענען מיר ייִדן שפּילן אַ גרויסע ראָלע, ווײַל צווישן די „ווײַסע עטנישע‟ גרופּעס זײַנען מיר די געטרײַסטע ניו־יאָרקער. די צאָל ייִדן אין ניו־יאָרק איז לעצטנס אַפֿילו געוואַקסן, אַ דאַנק אונדזערע חרדים, וואָס פֿרוכפּערן און מערן זיך כּן ירבו ברוך־השם. און דווקא די חרדים, אַפֿילו די וואָס רעדן מער ניט קיין ייִדיש, רעדן געוויינטלעך אַ געשמאַקן ניו־יאָרקיש, אַז מע קען דערקענען זייער ברוקלינער אפּשטאַם נאָכן ערשטן וואָרט וואָס קומט אַרויס פֿון מויל. צווישן די דיאַלעקט־לערער, אַחוץ די לינגוויסטן און פּעדאַגאָגן, קענען זיכער אויך זײַן אַ סך פֿרומע ייִדן. און ס׳איז גוט אַזוי!

זעט דעם נײַעם פֿילם וועגן דעם ניו־יאָרקער דיאַלעקט „ווען די דאָזיקע קנישעס וואָלטן געקענט רעדן…‟: