דער קאַזאַכישער רעזשיסאָר אַקאַן סאַטאַיעוו אַרבעט איצט איבערן מאָנטאַזש פֿון זײַן נײַעם פֿילם „העקער‟. דאָס איז סאַטאַיעווס ערשטער קינאָ־פּראָיעקט אויף ענגליש, אָריענטירט פֿאַרן ברייטן וועלט־עולם. זײַנע פֿריִערדיקע ווערק זענען געווען אויף רוסיש און קאַזאַכיש. אַזוי ווי די פֿאָריקע שאַפֿונגען, שטעלט מיט זיך פֿאָר „העקער‟ אַ דראַמאַטישן „טרילער‟ וועגן גנבֿים און באַנדיטן, באַגרינדעט אויף אַ רעאַלער מעשׂה מיט אַן אַפֿעריסט, וועלכער האָט געשאַפֿן זײַן קאַפּיטאַל דורכן צוגנבֿענען דאָס געלט פֿון קרעדיט־קאַרטלעך.
מילא, זענען אין דער וועלט שוין פֿאַראַן אומצאָליקע פֿילמען וועגן רוצחים און גזלנים. וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט אָבער דאָס צוגנבֿענען קרעדיט־קאַרטלעך מיט די „העקערס‟? איז בערנאַנד מיידאָף אויך אַ „העקער‟? ער האָט דאָך זיכער אויסגענוצט קאָמפּיוטערס פֿאַר זײַנע מאַכינאַציעס. אין דער פּרעסע טראָגט דעם דאָזיקן טיטל יעדער גנבֿ, וואָס האָט זיך דערטראַכט צו דער כּלומשרט „קלוגער‟ המצאה, אַז די נומערן פֿון קרעדיט־קאַרטלעך קאָן מען אָפּהיטן און זאַמלען.
די „העקערס‟ האָבן הײַנט זייער אַ סתּירותדיקע רעפּוטאַציע. אין דער אמתן אָבער, האָבן זיי עקזיסטירט אין דער וועלט במשך פֿון הונדערטער יאָר, אויב נישט מער — לאַנג פֿאַר די קאָמפּיוטערס. בײַ ייִדן הייסן זיי מקובלים. ווען אַ „לבֿ־טהורניק‟ פּרוּווט משׂיג צו זײַן די חכמות פֿון קאָמפּליצירטע גימטריאות און צירופֿי־אותיות אין אַ קבלה־ספֿר, איז עס אַ קלאָרער סימן, אַז ער איז אַ פּאָטענציעלער „העקער‟.
אונדזער לייענער רפֿאל פֿינקעל, אַ קאָמפּיוטערײַ־פּראָפֿעסאָר און אַ באַקאַנטער ייִדיש־אַקטיוויסט, האָט אינעם יאָר 1975 אָנגעשריבן דעם ערשטן גלאָסאַר פֿונעם העקערישן זשאַרגאָן. אַוודאי, האַלט ער זיך אַליין מיט שטאָלץ פֿאַר אַ „העקער‟. די נײַע ווערסיע פֿונעם „העקערס ווערטערבוך‟, אַ סך גרעסער פֿון פֿינקעלס וואַריאַנט, פֿאַרנעמט הײַנט אַ בכּבֿודיק אָרט אין די ביכער־קראָמען און אויף דער אינטערנעץ.
אינעם דערמאָנטן בוך ווערט דערקלערט אַ ריי באַדײַטן פֿונעם וואָרט „העקער‟. קודם־כּל, מיינט עס אַ מענטש, וואָס האָט ליב צו גריבלען זיך אין די טיפֿענישן פֿון קאָמפּיוטער־סיסטעמען און פּרוּווט צו פֿאַרברייטערן און גובֿר זײַן זייערע באַגרענעצונגען. אַ מומחה אין אַן אַנדער געביט קאָן, לויטן דאָזיקן ווערטערבוך, אויך זײַן אַ העקער, אויב ער באַציט זיך „לשמה‟ און מיט גרויס פֿלײַסיקייט צו אַ געוויסער חכמה. למשל, אַן אַסטראָנאָם, וואָס געדענקט אויף אויסווייניק די נעמען, קאָאָרדינאַטן און אייגנשאַפֿטן פֿון יעדן שטערן, וואָס מע קאָן דערזען מיטן בלויזן אויג אויפֿן הימל, איז אַ „העקער‟ פֿון אַסטראָנאָמיע. בײַם סוף פֿון דער ווערטערבוך־דעפֿיניציע ווערט צוגעגעבן, אַז אַ קאָמפּיוטער־מזיק רופֿט מען צומאָל אויך אַ „העקער‟, אָבער דאָס קומט אין סתּירה מיטן עכטן באַדײַט פֿונעם וואָרט.
מיט פֿיר יאָר צוריק, האָב איך אָנגעשריבן אין אונדזער צײַטונג אַן אַרטיקל וועגן ייִדן און קאָמפּיוטערישע „העקערס‟, געווידמעט דעם 50סטן יוביליי פֿון דער אָפּעראַציאָנעלער סיסטעם „יוניקס‟. די אָריגינעלע העקערישע באַוועגונג איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער אויפֿשטענדלערישער קולטור פֿון דער אַמעריקאַנער געבילדעטער יוגנט אין די 1960ער יאָרן, און האָט געהאַט ווייניק שײַכות צו עכטע פֿאַרברעכנס. פֿונדעסטוועגן, שטעקט אין דער דאָזיקער קולטור אַ געוויסער כוליגאַנישער גײַסט, צוליב וועלכן די „העקערײַ‟ האָט באַקומען אַזאַ שלעכטע רעפּוטאַציע אין דער הײַנטצײַטיקער פּרעסע.
דער מחבר פֿון די שורות האָט אַמאָל פֿאַרחידושט אַ פֿרומע משפּחה, וועלכע האָט מיך פֿאַרבעטן אויף אַ סעודה, אָבער פֿאַרגעסן איבערצוגעבן דעם ציפֿער־קאָד בײַם אַרײַנגאַנג צום בנין. איך האָב באַמערקט, אַז געוויסע קנעפּלעך אויף דער טיר זעען אויס מער אָפּגעריבן. האָב איך אָנגעהויבן סיסטעמאַטיש איבערקלײַבן די ציפֿער־קאָמבינאַציעס, און אין גיכן צוגעטראָפֿן דעם ריכטיקן קאָד. ווען איך בין אַרײַנגעקומען, האָב איך געזאָגט די בעלי־בתּים, אַז דער פּראָצעס פֿונעם עפֿענען די טיר איז געווען ממש דער זעלבער, ווי די „צירופֿי־אותיות‟, באַשריבן אין די קבלה־ספֿרים. איך וואָלט געקאָנט אַרויפֿשרײַען פֿון דרויסן צום פֿענצטער, מע זאָל אַראָפּגיין און עפֿענען די טיר; מיר איז אָבער געפֿעלן דער געדאַנק אויסצונוצן אַ ביסל מאַטעמאַטיק אויף אַזאַ צוועק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.