מקובלים — אוראַלטע „העקערס‟

Kabbalists: Ancient Hackers

אַ פֿראַגמענט פֿון אַ העקערישן קאָד, וואָס דערמעגלעכט אײַנצוברעכן אַ קאָמפּיוטער
אַ פֿראַגמענט פֿון אַ העקערישן קאָד, וואָס דערמעגלעכט אײַנצוברעכן אַ קאָמפּיוטער

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 20, 2014, issue of May 09, 2014.

דער קאַזאַכישער רעזשיסאָר אַקאַן סאַטאַיעוו אַרבעט איצט איבערן מאָנטאַזש פֿון זײַן נײַעם פֿילם „העקער‟. דאָס איז סאַטאַיעווס ערשטער קינאָ־פּראָיעקט אויף ענגליש, אָריענטירט פֿאַרן ברייטן וועלט־עולם. זײַנע פֿריִערדיקע ווערק זענען געווען אויף רוסיש און קאַזאַכיש. אַזוי ווי די פֿאָריקע שאַפֿונגען, שטעלט מיט זיך פֿאָר „העקער‟ אַ דראַמאַטישן „טרילער‟ וועגן גנבֿים און באַנדיטן, באַגרינדעט אויף אַ רעאַלער מעשׂה מיט אַן אַפֿעריסט, וועלכער האָט געשאַפֿן זײַן קאַפּיטאַל דורכן צוגנבֿענען דאָס געלט פֿון קרעדיט־קאַרטלעך.

מילא, זענען אין דער וועלט שוין פֿאַראַן אומצאָליקע פֿילמען וועגן רוצחים און גזלנים. וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט אָבער דאָס צוגנבֿענען קרעדיט־קאַרטלעך מיט די „העקערס‟? איז בערנאַנד מיידאָף אויך אַ „העקער‟? ער האָט דאָך זיכער אויסגענוצט קאָמפּיוטערס פֿאַר זײַנע מאַכינאַציעס. אין דער פּרעסע טראָגט דעם דאָזיקן טיטל יעדער גנבֿ, וואָס האָט זיך דערטראַכט צו דער כּלומשרט „קלוגער‟ המצאה, אַז די נומערן פֿון קרעדיט־קאַרטלעך קאָן מען אָפּהיטן און זאַמלען.

די „העקערס‟ האָבן הײַנט זייער אַ סתּירותדיקע רעפּוטאַציע. אין דער אמתן אָבער, האָבן זיי עקזיסטירט אין דער וועלט במשך פֿון הונדערטער יאָר, אויב נישט מער — לאַנג פֿאַר די קאָמפּיוטערס. בײַ ייִדן הייסן זיי מקובלים. ווען אַ „לבֿ־טהורניק‟ פּרוּווט משׂיג צו זײַן די חכמות פֿון קאָמפּליצירטע גימטריאות און צירופֿי־אותיות אין אַ קבלה־ספֿר, איז עס אַ קלאָרער סימן, אַז ער איז אַ פּאָטענציעלער „העקער‟.

אונדזער לייענער רפֿאל פֿינקעל, אַ קאָמפּיוטערײַ־פּראָפֿעסאָר און אַ באַקאַנטער ייִדיש־אַקטיוויסט, האָט אינעם יאָר 1975 אָנגעשריבן דעם ערשטן גלאָסאַר פֿונעם העקערישן זשאַרגאָן. אַוודאי, האַלט ער זיך אַליין מיט שטאָלץ פֿאַר אַ „העקער‟. די נײַע ווערסיע פֿונעם „העקערס ווערטערבוך‟, אַ סך גרעסער פֿון פֿינקעלס וואַריאַנט, פֿאַרנעמט הײַנט אַ בכּבֿודיק אָרט אין די ביכער־קראָמען און אויף דער אינטערנעץ.

אינעם דערמאָנטן בוך ווערט דערקלערט אַ ריי באַדײַטן פֿונעם וואָרט „העקער‟. קודם־כּל, מיינט עס אַ מענטש, וואָס האָט ליב צו גריבלען זיך אין די טיפֿענישן פֿון קאָמפּיוטער־סיסטעמען און פּרוּווט צו פֿאַרברייטערן און גובֿר זײַן זייערע באַגרענעצונגען. אַ מומחה אין אַן אַנדער געביט קאָן, לויטן דאָזיקן ווערטערבוך, אויך זײַן אַ העקער, אויב ער באַציט זיך „לשמה‟ און מיט גרויס פֿלײַסיקייט צו אַ געוויסער חכמה. למשל, אַן אַסטראָנאָם, וואָס געדענקט אויף אויסווייניק די נעמען, קאָאָרדינאַטן און אייגנשאַפֿטן פֿון יעדן שטערן, וואָס מע קאָן דערזען מיטן בלויזן אויג אויפֿן הימל, איז אַ „העקער‟ פֿון אַסטראָנאָמיע. בײַם סוף פֿון דער ווערטערבוך־דעפֿיניציע ווערט צוגעגעבן, אַז אַ קאָמפּיוטער־מזיק רופֿט מען צומאָל אויך אַ „העקער‟, אָבער דאָס קומט אין סתּירה מיטן עכטן באַדײַט פֿונעם וואָרט.

אַן אַראַבישע קמיעה מיט צירופֿי־אותיות
אַן אַראַבישע קמיעה מיט צירופֿי־אותיות

מיט פֿיר יאָר צוריק, האָב איך אָנגעשריבן אין אונדזער צײַטונג אַן אַרטיקל וועגן ייִדן און קאָמפּיוטערישע „העקערס‟, געווידמעט דעם 50סטן יוביליי פֿון דער אָפּעראַציאָנעלער סיסטעם „יוניקס‟. די אָריגינעלע העקערישע באַוועגונג איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער אויפֿשטענדלערישער קולטור פֿון דער אַמעריקאַנער געבילדעטער יוגנט אין די 1960ער יאָרן, און האָט געהאַט ווייניק שײַכות צו עכטע פֿאַרברעכנס. פֿונדעסטוועגן, שטעקט אין דער דאָזיקער קולטור אַ געוויסער כוליגאַנישער גײַסט, צוליב וועלכן די „העקערײַ‟ האָט באַקומען אַזאַ שלעכטע רעפּוטאַציע אין דער הײַנטצײַטיקער פּרעסע.

דער מחבר פֿון די שורות האָט אַמאָל פֿאַרחידושט אַ פֿרומע משפּחה, וועלכע האָט מיך פֿאַרבעטן אויף אַ סעודה, אָבער פֿאַרגעסן איבערצוגעבן דעם ציפֿער־קאָד בײַם אַרײַנגאַנג צום בנין. איך האָב באַמערקט, אַז געוויסע קנעפּלעך אויף דער טיר זעען אויס מער אָפּגעריבן. האָב איך אָנגעהויבן סיסטעמאַטיש איבערקלײַבן די ציפֿער־קאָמבינאַציעס, און אין גיכן צוגעטראָפֿן דעם ריכטיקן קאָד. ווען איך בין אַרײַנגעקומען, האָב איך געזאָגט די בעלי־בתּים, אַז דער פּראָצעס פֿונעם עפֿענען די טיר איז געווען ממש דער זעלבער, ווי די „צירופֿי־אותיות‟, באַשריבן אין די קבלה־ספֿרים. איך וואָלט געקאָנט אַרויפֿשרײַען פֿון דרויסן צום פֿענצטער, מע זאָל אַראָפּגיין און עפֿענען די טיר; מיר איז אָבער געפֿעלן דער געדאַנק אויסצונוצן אַ ביסל מאַטעמאַטיק אויף אַזאַ צוועק.

דאָס איז געווען טאַקע יאָ אַ בײַשפּיל פֿונעם „העקערישן‟ צוגאַנג צום לעבן. אַנשטאָט דעם פּשוטן וועג, איז אינטערעסאַנט גובֿר צו זײַן די גרענעצן פֿון די סיסטעמען. ווען אַן אומגעוווּנטשענער גאַסט וואָלט אָפּגעטאָן אַזאַ קונץ, וואָלט עס אָבער געקאָנט זײַן אַ קרימינעלער עסק.

סטיוו דזשאָבס, דער געוועזענער פֿאַרוואַלטער פֿון דער קאָמפּיוטער־פֿירמע „עפּל‟, האָט אין זײַן יוגנט, צוזאַמען מיט סטיוו וואָזניאַק, אַן אַנדער באַרימטן „העקער‟, צוגעלאָנטשעט אַ ספּעציעלן מכשיר צו אַ טעלעפֿאָן־ליניע, וואָס האָט זיי דערמעגלעכט אָנצוקלינגען אומזיסט דעם פּויפּסט. דזשאָבס האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר הענרי קיסינדזשער, דעם דעמאָלטיקן אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר, און געכאַפּט אַ שמועס מיטן ראָש פֿון דער קאַטוילישער קירך. דאָס איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, אַן אומגעזעצלעכער קונץ. קיסינדזשער האָט געדינט ווי אַן עצה־געבער פֿאַר נאַציאָנאַלע זיכערהייט־ענינים און געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן נישט דערלאָזן אַזעלכע קונצן צו געשען; דערפֿאַר איז עס געווען באַזונדערס טשיקאַווע אָפּצוטאָן.

צירופֿי־אותיות אין רבי אַבֿרהם אַסקירהס פּירוש צו רבי דוד הלויס „ספֿר המלכות‟, אַ קלאַסישער מאַראָקאַנער קבלה־ספֿר.
צירופֿי־אותיות אין רבי אַבֿרהם אַסקירהס פּירוש צו רבי דוד הלויס „ספֿר המלכות‟, אַ קלאַסישער מאַראָקאַנער קבלה־ספֿר.

צוליב אַזעלכע טשיקאַווע שפּיצלעך, האָט דער עולם אָנגעהויבן אַסאָציִיִרן די עכטע קלאַסישע „העקערס‟ מיט די גראָבע קאָמפּיוטער־שווינדלער. אין דער וועלט פֿון קאָמפּיוטער־מומחים איז אָבער נאָך אַלץ פֿאַרשפּרייט דער אָריגינעלער באַדײַט פֿונעם וואָרט. אַ מער־ווייניקער רעאַליסטישער אימאַזש פֿון אַ יונגן „העקער‟ פֿונעם קלאַסישן שניט ווערט געוויזן אין דזשאָן באַדאַמס באַקאַנטן פֿילם „מלחמה־שפּילערײַען‟ (Wargames). די וואָך, האָט איר שוין געלייענט אין אונדזער צײַטונג סיגל שמואלס אַרטיקל וועגן איר עלטער־עלטער־זיידן, אַ גרויסן מקובל פֿון באָמביי, אינדיע. די שרײַבערין האָט דערציילט, אַז לויט איר משפּחה־לעגענדע איז ער ניפֿטר געוואָרן צוליב דעם, וואָס עמעצער האָט אים איבערגעריסן אינמיטן אַ התבודדות — אַ טיפֿע קבלהדיקע מעדיטאַציע, בעת וועלכער דער מקובל איז געווען באַשעפֿטיקט מיט דער סכּנותדיקער עבֿודה פֿון צירופֿי־אותיות. ווען ער האָט געפֿלאָכטן און געטוישט אויף געוויסע אופֿנים די אותיות פֿון די געטלעכע שמות, האָט ער געשוועבט אין די הויכע גײַסטיקע וועלטן. עמעצער האָט אים מפֿסיק געווען, און זײַן נשמה האָט, נעבעך, נישט געקאָנט זיך אומקערן בשלום אין עולם־הזה.

אָט דאָס איז טאַקע אַ מוסטער פֿון אַן עכטן „העקער‟! נישט געקוקט אויף דער סכּנה, האָט דער ייִדיש־אינדישער מקובל געוואָלט צוטרעפֿן דעם ריכטיקן קאָד, כּדי זיך „אַרײַנצוהאַקן‟ אין די טיפֿסטע סודות פֿונעם וועזן, זוכנדיק געהיימע קאָדן און שליסלען דורך קאָמפּליצירטע מאַניפּולאַציעס מיט ציפֿערן און אותיות.

מע זאָל נישט מיינען, אַז דאָס איז סתּם אַ באָבע־מעשׂה. אינדיע איז קיינמאָל נישט געווען דער גרעסטער צענטער פֿון קבלה, אָבער איז יאָ באַרימט מיט אירע נישט־ייִדישע מעדיטאַציע־חכמות. אין די מערבֿדיקע לענדער ווערט יאָגאַ הײַנט אַסאָציִיִרט, דער עיקר, מיט פֿיזישע געניטונגען. אין דער אמתן, איז פֿאַראַן אַ גאַנצע ריי פֿאָרגעשריטענע יאָגאַ־חכמות, וואָס דערמעגלעכן צו פֿאַרבינדן דעם שׂכל און דעם גוף פֿונעם מענטש אויף גאָר טיפֿע אופֿנים, וואָס קאָנען זײַן ממש סכּנותדיק, אויב מע פֿאַרנעמט זיך מיט אַזעלכע חכמות אָן אַן עכטן „העקער‟ — גורו.

בפּשטות, טאָר מען זיך נישט פֿאַרנעמען, על־פּי־הלכה, מיט כּישופֿים און אַנדערע מינים מאַגיע. אַ סך קבלה־ספֿרים זענען אָבער געווידמעט דווקא דער דאָזיקער טעמע. די מקובלים האָבן כּסדר געטראַכט, ווי אַזוי מע קאָן געפֿינען אַ „לאָך‟ אין דער הלכה־סיסטעם און צו ווערן אַ מײַסטער פֿון מאַגיע אויף אַ היתּרדיקן אופֿן. אַדרבה, די קבלה־מעשׂיות — דער מאַגיע־טייל פֿון קבלה — ווערט אָפֿט באַטראַכט דווקא ווי די העכסטע מדרגה פֿון „ייִדישער העקערײַ‟.

די אָפּשעצער פֿון די ברידער וואַטשאָווסקיס „מאַטריקס‟ האָבן באַמערקט די השפּעה פֿון קבלה און מאַרקסיסטישע געדאַנקען אויפֿן פֿילם. אין אַ געוויסן זין, קאָן מען זאָגן, אַז קאַרל מאַרקס איז געווען אַ „סאָציאַלער העקער‟, ווײַל ער האָט זיך געגריבלט אין די מעכאַניזמען פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער געזעלשאַפֿט און פֿאָרגעלייגט פּראַקטישע עצות, ווי אַזוי מע קאָן זיי אײַנברעכן.

אַן אַנדער אינטערעסאַנטער „סאָציאַלער העקער‟ האָט געוווינט מיט 650 יאָר צוריק אין איראַן. פֿאַזלולאַ אַסטאַראַבאַדי, באַקאַנט מיטן פּסעוודאָנים נאַיִמי, האָט געגרינדעט אַ גאַנצע באַוועגונג, אויפֿן יסוד פֿון צירופֿי־אותיות. זײַן שיטה האָט זיך ברייט פֿאַרשפּרייט צווישן די פּאָליטישע דיסידענטן און אויפֿשטענדלער קעגן טאַמערלאַן. טאַמערלאַנס זון, מיראַן־שאַך, האָט געכאַפּט און אומגעבראַכט נאַיִמי. די שיטה פֿונעם טראַגיש־אומגעקומענעם חכם בלײַבט אָבער נאָך אַלץ פּאָפּולער צווישן געוויסע מיסטישע קרײַזן אין אינדיע, איראַן און טערקײַ, וווּ זי האָט זיך אין אַ געוויסער מאָס צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט קבלה, צוליב דער השפּעה פֿון די איסלאַמיזירטע שבתי־צבֿיניקעס.

לויט נאַיִמיס שיטה, קאָן מען נעמען די אותיות פֿון אַ קאָראַנישן פּסוק, געבן זיי אַ דריי — און נאַט אײַך אַ שטאָך קעגן די אָנגענומענע סאָציאַלע נאָרמעס. צוליב דעם, האָבן די שבתי־צבֿיניקעס — אַן אַנדער מין „סאָציאַלע העקערס‟, וועלכע האָבן אויסגענוצט דעם זעלבן מעטאָד לגבי די פּסוקים פֿון דער ייִדישער תּורת־משה — גרינג פֿאַרשטאַנען זייערע טערקישע מיטדענקער.

ס׳איז אַ שאָד, וואָס די הײַנטיקע פֿילמען וועגן די „העקערס‟ שילדערן מאַפֿיע און באַנדיטן. ווען עמעצער וואָלט געשאַפֿן אַ פֿילם וועגן די געשעענישן, וואָס זענען טאַקע געשען אין דער מיטל־עלטערלעכער צענטראַלער אַזיע און אין מיטל־מיזרח, מיט די אָנהענגער פֿון נאַיִמיס שיטה און די ייִדישע שבתי־צבֿיניקעס, וואָלט געקאָנט זיך באַקומען אַ מעשׂה, וואָס דערמאָנט טאַקע דעם גײַסט פֿון די „העקערס‟ — בנוסח „סטים־פּאַנק‟ אָדער אומבערטאָ עקאָס ראָמאַנען.

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/2717, //yiddish2.forward.com/node/1775)