ווי אַ קינד, האָב איך געהערט פֿון די טאַטע–מאַמע עטלעכע מעשׂיות וועגן אליהו הנבֿיא. צום באַדויערן, קען מען נישט גלייבן אַלץ וואָס עס זאָגן טאַטע–מאַמע. איך זאָג נישט, אַז זיי זאָגן ליגנס, נאָר באָבע–מעשׂיות דערציילן זיי יאָ. נו, דעם אמת געזאָגט, דאַרפֿן מיר אַזעלכע מעשׂיות.
יאָ, כּדי צו פֿאַרשטיין די וועלט, דאַרפֿן מיר האָבן אַזעלכע מעשׂיות… ווען מיר זענען קינדער. נאָר איצט, שוין ווי דערוואַקסענע, איז עס וויכטיק נישט נאָר די וועלט צו פֿאַרשטיין, אָבער אויך זי צו זען, פּונקט ווי זי שטייט און גייט. דערפֿאַר מוזן מיר זאָגן (צום ווייניקסטנס פֿון צײַט צו צײַט) דעם ריינעם אמת. און דער אמת איז, אַז שוין צוויי טויזנט יאָר, האָבן מיר געוואַנדערט אין גלות; און אַז עס פֿעלט אונדז אַ משה רבינו, איז עס קיין חידוש ניט, וואָס מיר האָבן דעם וועג אַ ביסל פֿאַרלוירן, אַ ביסל מבולבל געוואָרן. צווישן די זאַכן, וואָס איז געוואָרן אַ ביסל פֿאַרמישט, איז אונדזער זכּרון — למשל, ווער איז טאַקע געווען אליהו הנבֿיא?
איך ווייס נישט ווי עס איז געשען אונדזער פֿאַרמישטקייט. ווען מיר זײַנען ערשט געקומען אין גלות אַרײַן, האָבן מיר אפֿשר אַזוי ליב באַקומען די גוייִשע מעשׂיות, אַז מיר האָבן זיי אַ ביסל פֿאַרייִדישט, און דערנאָך זיי פֿאַראייגנט. דער העלד טרעפֿט ניט אין וואַלד סתּם אַ כּישוף–מאַכער, נאָר אַ פֿאַרשטעלטן אליהו הנבֿיא. שוין! האָט איר שוין אַ ייִדישע מעשׂה! אָדער פֿאַרקערט: אפֿשר האָבן מיר ניט די גוייִשע מעשׂיות פֿאַרייִדישט, נײַערט אונדזערע ייִדישע מעשׂיות זענען פֿאַרגוייִשט געוואָרן. ווער ווייסט? דער עיקר איז, אַז סוף–כּל–סוף, איז אליהו הנבֿיא געוואָרן אַן אייראָפּעער.
אונדזער העלד פֿונעם תּנך, אַ צדיק, אַ גיבור, איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ צדקה־געבער. אויפֿן ערשטן בליק, זעט דאָס אויס נישט אַזוי שלעכט, ווײַל אַ ייִד אין גלות דאַרף אַוודאי אַ ביסל צדקה. וואָס זשע דען, אַז מען מאַכט פֿון אליהו הנבֿיא אַ כּישוף–קוואַטער, ווי אין די מעשׂיות פֿון די ברידער גרים, מאַכט מען במילא פֿון אונדז ייִדן אַ כאָפּטע אָרעמע „סינדערעלאַס“. מײַן טאַטע פֿלעגט זאָגן: דאָס בין איך נישט אויסן. איך בין מכוון געווען אײַך צו דערציילן וועגן דעם עכטן אליהו הנבֿיא. איז לאָזט מיך אָנהייבן פֿונעם סאַמע אָנהייב אָן.
ס’איז געווען פּסח מיט עטלעכע יאָר צוריק. ס’איז געווען אַ גוטער פּסח, נאָר אַ געוויינטלעכער. דאָס הייסט, קיין איבעריקע נסים האָב איך נישט דערוואַרט. נו, ס’איז געווען אין מיטן פּראַווען דעם ערשטן סדר. מיר האָבן שוין אָפּגעזאָגט ס׳רובֿ פֿון דער הגדה, אָפּגעגעסן די סעודה, און אַפֿילו אָפּגעטרונקען דעם דריטן כּוס. די קינדער זענען ערשט געגאַנגען צו דער טיר, האָפֿנדיק צו דערזען אליהו הנבֿיא; בפֿרט, דעם אליהו הנבֿיא, וועגן וועמען זייערע טאַטע–מאַמעס האָבן זיי דערציילט.
דאָס הייסט, אַן אַלטיטשקער, אַ גוטינקער, מיט אַ זילבער–גרויער באָרד, ווייך ווי די קישנס, אויף וועלכע מיר האָבן זיך אָנגעלענט בײַם סדר, און אפֿשר אויך מיט אַ שטעקן, ווײַל אין די מעשׂיות, האַלט דער פֿאַרשטעלטער נבֿיא תּמיד אַ שטעקן אין האַנט. אָבער דאָס באַשרײַבט נישט דעם עכטן אליהו הנבֿיא. אַלט איז ער אַוודאי יאָ, עלטער פֿון מתושלח, נאָר לגבי דעם צווייטן פּונקט — צי איז ער טאַקע אַ גוטינקער? — נישט אַלעמאָל.
ווי מײַן ייִדיש־לערער האָט מיר געזאָגט, איז אליהו אפֿשר יאָ אַ גוטינקער, נאָר קודם־כּל, איז ער אַ גערעכטער. מײַן לערער איז אויך געווען גערעכט. איך קען אײַך זאָגן, אַז דער נבֿיא קלײַבט אויס צדק איידער רחמים. און מען קען זיך דאָס דערוויסן פֿונעם ערשטן בליק. (אליהו הנבֿיא האָט אַ הייליקן פֿײַער אין די אויגן; אַ פֿײַער, וואָס מע וועט אפֿשר דערוואַרטן פֿון איינעם וואָס וועט זײַן אויף „דו“ מיטן מלך–משיח.)
וואָס שייך דעם דריטן פּונקט, זײַן באָרד: ס’איז ניט זילבער–גרוי, נאָר קלאָר ווײַס; זי איז נישט ווייך, ווי אַ קישן, נאָר שאַרף, ווי אַ לאָפּעטע אויסצוגראָבן זינד, מיט די וואָרצלען אין איינעם. און אויב ער קען ניט די זינד אויסגראָבן, האַקט ער זיי אויס מיט זײַן שווערד, ווײַל דער נבֿיא טראָגט נישט קיין שטעקן, נאָר אַ גרויסע שווערד. אויב איר גלייבט מיר נישט, פֿרעגט עס בײַ די גלחים פֿון בעל. איר מעגט מיר אָבער יאָ גלייבן, ווײַל איך האָב עס געזען מיט מײַנע אייגענע אויגן.
לאָזט מיך ווײַטער דערציילן. ווי איך האָב פֿריִער געזאָגט, זענען די קינדער ערשט אוועק פֿונעם טיש. איך געדענק, אַז איך האָב געזאָגט: „שְׁפךְ המָתְךָ“, ווען פּלוצעם האָט מען דערהערט אַ טיפֿע שטים פֿון דער טיר. מיר האָבן זיך אַלע אַרומגעקוקט, און דערזען שטיין אליהו הנבֿיא אין דער מיט פֿון די קינדער. זײַן שווערד איז אָנגעצילט געווען גראָד אין מײַן פֿעטער אַחאָבֿס ברוסט.
נאָר איך האָב פֿאַרגעסן אײַך צו דערציילן, ווער איז מײַן פֿעטער אַחאָבֿ. איר וועט מיר מוזן מוחל זײַן. אַחאָבֿ איז מײַן טאַטעס אַ ברודער. און אָט אין דער נאַכט, איז ער אויך געווען אַ שיכּור. מיר אַלע האָבן שוין געהאַט אויסגעטרונקען דרײַ כּוסות, ס’איז דאָך פּסח. פֿעטער אַחאָבֿס כּוסות זײַנען געווען פֿול מיט ווײַן, ווי שלמה–המלכס פּאַלאַץ — מיט ווײַבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.