דער טײַך ברענט!

The River is Burning


פֿון הערשל גלעזער

Published April 24, 2014, issue of May 09, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

וואָס קען איך טאָן? איך וואַרט… און וואַרט… און וואַרט… נאָך דרײַ פֿערטל שעה חלש איך שוין פֿון הונגער, באַשטעל איך און עס אויף אַ פּיצע. ער קומט שוין אָן צו נעילה — בשעת איך שלינג אַראָפּ ס’לעצטע שטיקל, וואַקסט ער אויס. ווײַזט זיך אַרויס, אַז ער — אַ פֿאַרברענטער פֿוסגייער — האָט באַשלאָסן פֿון סאַמע דרום־מאַנהעטן, וואָס פֿון דאָרטן האָט די באַן נישט געקענט דערפֿאָרן, צו גיין צו פֿוס קיין ברוקלין.

בשעתן גיין האָט ער אויך נישט געקענט בײַשטיין דעם הונגער און דעם נסיון, האָט ער דערכאַפּט ס’האַרץ מיט אַן עכט ניו־יאָרקער מאכל — אַ וווּרשטל אין אַ בולקע. איז שוין נישטאָ פֿאַר וואָס זיך אַוועקצוזעצן, ס’איז שוין שפּעטלעך דערצו, גייען מיר ביידע אין דער נאָנטסטער סטאַנציע, פֿאָרן אָפּ אַ פּאָר סטאַנציעס צוזאַמען און שוין מוזן מיר זיך צעגיין, איבערזעצן זיך אויף באַזונדערע באַנען. איז פֿונעם רעכטן שמועס געוואָרן אַ קורץ שמועסל, ווי ס’פּאַסט פֿאַר אַ ניו־יאָרקער…

* * *

איז ערשטנס, עטלעכע ווערבן: מע אײַלט זיך, מע יאָגט זיך, מע לויפֿט, מע פֿליט, מע האַוועט. אויב מע האָט נישט קיין געדולד, שפּרינגט מען פֿון דער הויט, מע זיצט אויף שפּילקעס, מע קען זיך נישט דערוואַרטן; אויב מע לייגט נישט אָפּ, נאָר מע טוט עפּעס שוין, מאַכט מען נישט קיין שהיות.

צווייטנס, אַז מע האָט אַ סך אַרבעט און ווינציק צײַט, איז מען פֿאַרנומען, פֿאַריאָגט, פֿאַרטרודט (אַרויסגערעדט /פֿאַרטאָרעט/), פֿאַרהאַוועט, פֿאַרטאַרעראַמט.

דריטנס, אַז מע טוט עפּעס גיך, קען מען עס אויך טאָן בחפּזון, הענדעם־פּענדעם, משוגענערווײַז, אָן אָטעם, אָן אַ נשמה, נישט טויט נישט לעבעדיק.

פֿון דער אַנדערער זײַט ווייסן מיר, אַז פֿון אײַלעניש קומט קיין גוטס נישט אַרויס. נישטאָ פֿאַר וואָס צו לויפֿן, וואָרן דער טײַך ברענט נישט.

צום סוף, אַן אילוסטראַציע פֿון ייִדישער פֿאַריאָגטקייט, אַ דאַנק ד”ר עמנואל אָלשוואַנגער („רויטע פּאָמעראַנצן“) און איבערגעגעבן מיט זײַן לשון:

איינער האָט אַ מאָל געטראָפֿן אַ ייִדן, לויפֿנדיק אויפֿן גאַס, פֿרעגט ער אים: „וווּ לויפֿט איר אַזוי?“ מאַכט ער: „וואָס הייסט, וווּ לויף איך? אין קאָוונע איז דאָך אַ יריד“. „נו, און אַז אַ יריד? וואָס דאַרפֿט איר דעם יריד?“ מאַכט ער: „איך ווייס? טאָמער וועט זיך מאַכן אַ פֿורכל אויף צוריק…“