„נח‟ מיט זיבן גרײַזן

The Story of Noah Like You’ve Never Heard it

דער אַקטיאָר ראָסל קראָו אין דער ראָלע פֿון „נח‟
דער אַקטיאָר ראָסל קראָו אין דער ראָלע פֿון „נח‟

פֿון לייזער בורקאָ

Published April 24, 2014, issue of May 09, 2014.

ס׳איז ניט קיין חידוש, וואָס ס׳רובֿ פֿילמען אויף רעליגיעזע טעמעס, האָבן צו טאָן מיט ישו הנצרי און ניט מיט די אַנדערע ביבלישע פֿיגורן; למשל, מיט אַזעלכע, וואָס טרעטן אויף אין אונדזער תּנ״ך, וואָס די קריסטן רופֿן דעם „אַלטן טעסטאַמענט‟: איבער 50 פֿילמען זײַנען דערשינען וועגן דעם קריסטלעכן דערלייזער. נאָך אַלעמען זײַנען דאָ אויף דער וועלט איבער 2 ביליאָן קריסטן, און נאָר 13 מיליאָן ייִדן. כאָטש די מוסולמענער ציילן אויך איבער 1.5 ביליאָן, פֿאַרווערט זייער הלכה צו מאַכן בילדער אָדער פֿילמען פֿון מוכאַמעד. דערפֿאַר האָט ישו כּמעט אַ מאָנאָפּאָל.

אָבער אַ צווייטע סיבה איז אַ ריין טעכנישע: די נסים, וואָס ישו טוט אויף אין דער „ברית חדשה‟, זײַנען אַזוי פּשוט און פֿון אַזאַ קליינעם פֿאַרנעם, אַז זיי לאָזן זיך גרינג פֿילמירן. אָט מאַכט ישו ווײַן פֿון וואַסער, אָט היילט ער אַ בלינדן מיט אַ ביסל שפּײַעכץ, און אָט טרײַבט ער אַרויס אַ דיבוק. אַזעלכע אויפֿטוען פֿאָדערן ניט קיין ספּעציעלע מיטלען אָדער גרויסן בודזשעט, מע קען דאָס הײַנט טאָן מיט אַ פֿאָטאָ־אַפּאַראַט און אַ פּאָר אַקטיאָרן אין סאַנדאַלן. אָבער צו אונדזער תּנ״ך דאַרף מען האָבן הונדערטער קאָמפּיוטער־גראַפֿיקער און פֿולע קעשענעס מיט געלט, כּדי פֿאָרצושטעלן דעם וועלטבאַשאַף, די מלאָכים אין הימל, דעם בבֿל־טורעם, קריעת־ים־סוף, וכדומה. דערפֿאַר, למשל, זײַנען ביז אַהער נאָר אַרויס צוויי פֿילמען וועגן אונדזער נח.

אָבער איצט, מיט אַ בודזשעט פֿון 130 מיליאָן דאָלאַר, האָט דער רעזשיסאָר דערען אַראָנאָווסקי געבראַכט אויפֿן לײַוונט אַ נײַעם נוסח פֿון נחס געשיכטע, וואָס האָט בלויז אין די ערשטע צוויי וואָכן פֿאַרדינט כּמעט 200 מיליאָן דאָלאַר. דאָס איז ניט קיין נח פֿאַר די קליינע קינדערלעך, נאָר אַ ספּעקטאַקל, וואָס קען זיך פֿאַרגלײַכן מיט די גרעסטע שטערן־מלחמות און פֿאַנטאַזיעס פֿון אונדזער צײַט. די ראָלע פֿון נח שפּילט ראָסל קראָו, אַן אַקטיאָר מיט אַזעלכע גרויסע מוסקלען און פֿינצטערע אויגן, אַז דער אייבערשטער אַליין קען מורא האָבן פֿאַר אים.

דער רעזשיסאָר האָט אויך צוגעגעבן צו דער געשיכטע אַ פּאָר נײַע פּרטים: ריזיקע גולמים געמאַכט פֿון שטיין, וואָס הייסן „וואַטשערס‟ (קוקער), און שטעלן מיט זיך פֿאָר געפֿאַלענע מלאכים; אַן אַרמיי פֿון מענטשן רשעים, די בני־קין, וואָס פֿירן אַ מלחמה קעגן נח, און ווילן צונעמען די תּבֿה; אַ גאַנצע ריי ראָמאַנטישע סצענעס מיט פֿרויען, וואָס עקסיסטירן גאָר ניט אָדער טראָגן ניט קיין נעמען אין די הייליקע ספֿרים.

עס פֿאַרשטייט זיך, אַז די פֿאַרשיידענע קריסטלעכע פֿירער און קנאָים איז דער פֿילם ניט געפֿעלן געוואָרן. סטײַטש, נח מיט אַ שווערד אין האַנט שטעלט זיך אין קאַמף מיט תּובֿל־קין, דעם קעניג פֿון די רשעים — וווּ איז דאָס דערהערט געוואָרן? אָבער בײַ די גרויסע מאַסן קריסטן, וואָס זײַנען ניט מקפּיד אויף יעדן פּינטעלע פֿונעם טעקסט (און וואָס ניט ווייניק האָבן דעם טעקסט אַפֿילו ניט געלייענט), האָט דער פֿילם יאָ אויסגענומען. די גלחים האָבן סײַ ווי ניט דעם כּוח דעם פֿילם צו פֿאַרווערן — ניט ווי די אימאַמס, וואָס האָבן פֿאַרזיכערט, אַז מע וועט אים ניט ווײַזן אין די איסלאַמישע לענדער. בײַ די מוסולמענער איז נח אויך גאָר הייליק און מען טאָר אים ניט ווײַזן אויפֿן עקראַן.