„נח‟ מיט זיבן גרײַזן

The Story of Noah Like You’ve Never Heard it

דער אַקטיאָר ראָסל קראָו אין דער ראָלע פֿון „נח‟
דער אַקטיאָר ראָסל קראָו אין דער ראָלע פֿון „נח‟

פֿון לייזער בורקאָ

Published April 24, 2014, issue of May 09, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ניט געקוקט אויף דער גרויסער פֿרײַהייט, מיט וועלכער דער רעזשיסאָר האָט אינטערפּרעטירט די געשיכטע, שטעקט אין זײַן אינטערפּרעטאַציע אַ גרויסער אמת, וואָס מען האָט ביז אַהער אָפֿט איגנאָרירט. דהײַנו, דער גרויסער שרעק פֿונעם מבול און פֿון דער וויזיע פֿונעם אומקום פֿון דער גאַנצער מענטשהייט, מיטן אויסנאַם פֿון נח און זײַן משפּחהלע. צום ערשטן מאָל זעט מען דאָ דאָס אַכזריות פֿון גאָטס מישפּט, און וואָס דאָס הייסט, אַז אַלע מענטשן פֿון דער וועלט זאָלן דערטרונקען ווערן. ווי זינדיק די מענטשן זאָלן ניט זײַן, ווילן זיי פֿאָרט ניט שטאַרבן, און ס׳איז שווער צוצוזען זייער אונטערגאַנג.

די מעשׂה פֿונעם גרויסן מבול טראָגט אין זיך אַ מיטישן כּוח, וואָס שפּיגלט זיך אָפּ אין אַ סך קולטורן איבער דער וועלט. אַ סבֿרא, אַז דער מיטאָס איז אויפֿגעקומען, ווײַל מענטשן האָבן געפֿונען מושלען און די פֿאָסילן פֿון ים־חיות אויף דער יבשה דאָרט, וווּ ס׳איז פֿריִער געווען אַ ים מיט מיליאָנען יאָרן צוריק. די גריכן, למשל, האָבן אויך אַזאַ מיטאָס וועגן אַ העלד, וואָס לעבט איבער אַ גרויסן מבול — דעוקאַליאָן הייסט ער.

די ביבל־קריטיקער זײַנען געווען פֿאַרחידושט אין מיטן 19טן יאָרהונדערט, ווען מע האָט אַנטדעקט די זעלביקע מעשׂה ווי אונדזערע, מיט כּמעט אַלע פּרטים, אינעם בבֿלישן „עפּאָס פֿון גילגאַמעש‟. דער ערשטער באַקאַנטער נוסח פֿונעם מבול־מיטאָס, אײַנגעקריצט אויף טאָוולען אין דער שומרישער שפּראַך, איז פֿון אַרום 1600 יאָר פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג, און מסתּמא איז די לעגענדע נאָך אַ סך עלטער. ווי אין דער תּורה, וווּ נח איז ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 950 יאָר, אַזוי אויך אין דער שומרישער „רשימה פֿון מלכים‟ לעבט מען פֿאַרן מבול אַ סך לענגער ווי נאָך אים. משה רבינו האָט געלעבט בלויז 120 יאָר, נעבעך, אָבער אַלאַלנגאַר, דער צווייטער שומרישער קעניג, לויט דער דאָזיקער רשימה, האָט רעגירט גאַנצע 36,000 יאָר!

די מענטשהייט האָט זיך כּסדר געשראָקן פֿאַרן אונטערגאַנג, אין דער אַלטצײַט פּונקט ווי אין דער נוקלעאַרער תּקופֿה, און אַ מבול איז אַ מאָל געווען אַן אמתע סכּנה. אַפֿילו בשעת דער פֿילמירונג פֿון „נח‟ האָט מען געמוזט די אַרבעט איבעררײַסן, מחמת דעם הוראַגאַן „סענדי‟, וואָס האָט פֿאַרפֿלייצט גרויסע טיילן פֿון ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי אין אָקטאָבער 2012. די הײַנטיקע נבֿיאות וועגן דער גלאָבאַלער אָנוואַרעמונג האָבן אויך אין אַ גרויסער מאָס צו טאָן מיטן מבול, וואָס וועט קומען, נאָך דעם ווי דאָס אַרקטישע אײַז וועט זיך צעגיין.

נאָך קערנדלעך אמת קען מען זען אין די שולדגעפֿילן, וואָס נח לעבט איבער נאָכן מבול, ווײַל ער האָט קיינעם ניט געראַטעוועט, אַחוץ זײַן אייגענער משפּחה. אָדער אין דער לאַנדשאַפֿט פֿונעם פֿילם, וואָס מע האָט מערסטנס פֿילמירט אין דרום־איסלאַנד, וווּ דאָס לאַנד איז רעלאַטיוו נײַ, געשאַפֿן פֿון וווּלקאַנישער לאַווע נאָר מיט 20 מיליאָן יאָר צוריק; עס זעט טאַקע אויס, ווי ווען די וועלט איז געווען יונג. אָדער אין נחס זאָרג פֿאַר דער נאַטירלעכער סבֿיבֿה און וועגעטאַרישקייט, כאָטש עס פּאַסט מער צום הײַנט, איידער צו דער אַלטצײַט, ווען מענטשן האָבן צעשטערט די נאַטור אומברחמנותדיק, זיי האָבן נאָר געגעסן אַלץ וואָס רירט זיך (אַ מאָל מענטשן אויך). קיין מײַסטערווערק האָט אַראָנאָווסקי דאָ ניט געשאַפֿן. פֿון דעסטוועגן, האָט זײַן פֿילם אַ סך מער כּוח און שׂכל אין זיך, ווי די אַלע נודנע ישו־ביאָגראַפֿיעס און ביבלישע עפּאָסן.