איך געדענק ווי אין די פֿופֿציקער יאָרן האָט זיך געקאָכט ווי אין אַ קעסל מיטן אַמאָליקן „ייִדישן גלח‟ אהרן לוסטיגער. מיר האָבן זיך נישט געריכט, אַז נאָך אַזא חורבן, נאָך אַזאַ קאַטאַסטראָפֿע, זאָל אַ ייִד זיך נעמען און שמדן, און דערהויבן ווערן צום ראַנג פֿון אַ גלח בײַ די קאַטאָליקן אין פֿראַנקרײַך.
דערגייט מען ערשט דעם סוד אינעם פֿילם The Jewish Cardinal („דער ייִדישער קאַרדינאַל‟) אַז אין דער צײַט פֿון דער מלחמה, ווי אַ פֿערצן־יעריק ייִנגל איז אהרן לוסטיגער געראַטעוועט געוואָרן אין זכות פֿון אַ פֿרומער נאָנע, וועלכע האָט אים אָפּגעשמדט.
לוסטיגערס מאַמע איז אומגעקומען אין אוישוויץ, דער טאַטע מיט דער שוועסטער זײַנען ניצול געוואָרן. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער טאַטע האָט שטאַרק געליטן פֿון זײַן זונס שריט, און אים געבעטן, אַז נאָך זײַן טויט זאָל ער כאָטש זאָגן קדיש נאָך אים.
דער פֿילם איז אָנגעפּיקעוועט מיט מאָמענטן, וואָס שטעלן פֿעסט אונדזער איבערצײַגונג וועגן די פּאָליאַקן, זייער פֿאַרביסענעם און אײַנגעבוירענעם האַס צו ייִדן, מיט אַזאַ שׂינאה, אַז ווען עס איז געקומען צו די סצענעס וואָס זײַנען פֿילמירט געוואָרן אין אוישוויץ גופֿא, ווו די קאַרמעליטן־נאָנעס האָבן אויפֿגעשטעלט אַ קאַטויליש געבעט־הויז, און אײַנגעבויערט אַ ריזיקן קרײַץ בײַם טויער פֿון דער קרעמאַטאָריע, האָט זיך אויפֿגעהויבן אַ ויצעקו און אַ מהומה מצד די אַמעריקאַנער ייִדן.
נאָך מער, בעת מען האָט זיך אָנגעשטויסן אין אַ פּאָליאַק בײַם מאָלן די ווענט אויף ווײַס פֿון אוישוויץ, און ס׳האָט אים אָפּגעשטעלט דער ייִדישער קאַרדינאַל בײַ דער אַרבעט, מיט דער טענה אַז ער טוט מטומא זײַן אַ ייִדישן בית־עולם, האָט יענער געשיפּעט ווי אַ שלאַנג, אַז די פּראָפּאַגאַנדע־מאַשין קומט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדעלעך מיט געלט, וואָס ווילן צעראַבעווען די פּוילישע גיטער און אָנטאָן שאָדן די פּוילישע רעפּוטאַציע.
דער ייִדישער קאַרדינאַל לוסטיגער, וועלכער איז אַן איבערגעגעבענער קריסט און אַ בוזים־פֿרײַנד מיטן פּוילישן פּויפּסט, האַלט אין איין טענהן, אַז ער איז אַ ייִד און אַז מען דאַרף אויסראָטן דעם פּוילישן אַנטיסעמיטיזם, און דער עיקר — אויסרוימען אוישוויץ פֿון די קאַרמעליטן־נאָנעס און פּטור ווערן פֿון דעם ריזיקן קרײץ, וואָס שטעכט אין די אויגן פֿון יעדן ייִד.
איך געדענק אַפֿילו די צײַט ווען דער ראַבײַ אַבֿי ווײַס האָט זיך צוגעבונדן מיט אַן אײַזערנער קייט צום טויער פֿון אוישוויץ פֿאַר דער וועלט צו זען וואָס די פּאָליאַקן טוען אָפּ מיטן ייִדישן אומגליק, אַזוי לאַנג און אַזוי ברייט ביז ער האָט באַקומען אַ האַרץ־שלאַק. און די וועלט האָט געשוויגן. געלויבט צו גאָט אַז ראַבײַ ווײַס לעבט און פֿירט עד־היום אָן מיט אַ ריזיקער שול בײַ אונדז אין ריווערדייל, ניו־יאָרק.
די סצענעס ווו לוסטיגער איז אַ גאַנצער קאָך־לעפֿל אין דער געזעלשאַפֿט פֿון די גלחים און קאַרדינאַלן, האַלט אין איין אויפֿמערקזאַם מאַכן אויפֿן פֿאַקט אַז ער איז אַ ייִד, און כּסדר דערמאָנען, אַז יעזוס האָט אָפּגעשטאַמט פֿון אחינו בני ישראל.
דאָס האָט מיך דערמאָנט אין אַן אַנדער שמד, און דאָס מאָל אין (גבֿריאל) גאַבי ווײַנרײַכן, דעם ייִנגסטן זון פֿון מאַקס ווײַנרײַכן, דעם באַרימטן ייִדישן וויסנשאַפֿטלער און לינגוויסט. אגבֿ, גאַבי איז געוואָרן אַ גלח.
האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר מיר אַ בילד פֿון צוויי נישט קיין סטאַבילע מענטשן, אהרן לוסטיגער — אַ פֿאַרלוירענע נשמה, און גאַבי ווײַנרײַך — אַ גילגול פֿון אַ מענטשן; ביידע האָבן געלעכצט נאָך רום, נאָך אַנערקענונג, נאָך געהעריקער אָפּשאַצונג, וואָס האָט זיי אויסגעפֿעלט אין דער היים. און די קריסטלעכע וועלט האָט זיי אָנגענומען באהבֿה, מיט גרויס פּאַראַד און אַנערקענונג. ביידע האָבן גענאָסן גרויס רום און וואַרעמקייט, די אויפֿנאַמעס, דעם כּבֿוד, די ליבשאַפֿט, שוין אָפּגערעדט פֿון געפֿינען זיך אין אַ קרײַז פֿון פֿאַרגעטערונג. בײַ די גויים אַרײַנצוכאַפּן אַ ייִדישע נשמה אין זייער נעץ איז אַ גרויס געווינס.
דער פֿילם האָט לוסטיגערן רעהאַביליטירט, אים געשענקט אַ סך ייִדישן גײַסט אין קאַמף קעגן ייִדן־האַס מצד די פּאָליאַקן. דער פֿראַנצויזישער פֿילם ווערט געוויזן מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. עס איז אַ מוסטערהאַפֿטער פֿילם, סײַ דער סוזשעט, סײַ די רעזשי, די פֿאָטאָגראַפֿיע, שוין אָפּגערעדט פֿון די אַקטיאָרן, ממש גראַנדיעזע קינסטלער.
איך האָב אַמאָל איבערגעלעבט אַ צוזאַמעשטויס, אין די שפּעטע אַכציקער יאָרן, מיט אַ יונגן פּאָליאַק אויף אַן עראָפּלאַן, וואָס האָט זיך צוריקגעקערט פֿון וואַרשע קיין ניו־יאָרק. איך בין געזעסן מיט אונדזער חבֿרה יונגע ייִדישע אַקטיאָרן און באַמערקט ווי אַ יונגערמאַן וועלכער איז געזעסן מיט אַ פּאָר רײען אונטער מיר, נעמט נישט אַראָפּ קיין אויג פֿון מיר.
עס גייט אַדורך אַ שעה און צוויי, יענער ווערט נישט מיד און מיך כאַפּט אָן אַ נײַגעריקײט. גיי איך צו צו אים און פֿרעג:
„מעג איך וויסן אין וואָס דאָ האַנדלט זיך?‟
מאַכט דער פּוילישער יונגערמאַן: „איר זײַט אַ ייִדישע!‟
זאָג איך אים: „פֿון וואַנען ווייסטו?‟
ווײַזט ער מיר, ווען מען לייגט צו דעם גראָבן פֿינגער צום לעפּל פֿון רעכטן אויער, און דאָס קלענסטע פֿינגערל צו דער נאָז, איז אויב דאָס פֿינגערל דערגרײכט די נאָז — איז אַ סימן אַז דער מענטש איז נישט קיין ייִד, אויב אָבער נישט, מוז ער זײַן אַ ייִד. ס’הייסט, ייִדן האָבן לאַנגע נעז.
דערהערט אַזאַ מעשה, האָב איך נישט אַדורכגעלאָזט די געלעגנהייט און דערלאַנגט רייד:
„חבֿרהמאַן, רוק זיך, וועל איך דיר אויפֿשטאָפּן דײַן פֿאַרשטאָפּטן קאָפּ. איז ערשטנס, קומט צו דיר דער פּוילישער אַנטיסעמיטיזם מיט דער מאַמעס מילך. צווייטנס, וועל איך דיר מכבד זײַן מיט אַ לעקציע ייִדישע געשיכטע אין פּוילן.
ווען איך האָב פֿאַרענדיקט, האָט זיך דער פּוילישער יונגערמאַנטשיק אַראָפּגעלאָזט אויפֿן דיל פֿונעם עראָפּלאַן, לעבן מײַנע פֿיס און זיך צעוויינט:
„איך בין אַ ׳קאַקאַראָטש׳, טרעט אויף מיר, צעקוועטש מיך ווי אַ טאַראַקאַן!‟
פֿון יענעם מאָמענט אָן איז ער מיר נאָכגעגאַנגען ווי אַ געצוימטער הונט, ווי אַ לעמעלע.
דער פֿילם האָט מיך דערמאָנט די סיבה פֿאַרוואָס מיר ייִדן, דער עיקר — די געליטענע פֿונעם חורבן, טראָגן זיך אַרום מיט אַזאַ האַס קעגן די פּאַליאַקן. ערשטנס, ווײַל מיר געדענקען זייער אויפֿפֿירונג בשעת דער מלחמה. צווייטנס, די קליינע צאָל וואָס האָט זיך אײַנגעשטעלט דאָס לעבן אויף צו ראַטעווען אַ ייִד, איז אַזוי מיניסקול, אַז זיי קענען נישט אויסקויפֿן זייער פֿאָלקס פֿאַרראַט.
דער פּוילישער אויפֿפֿיר לגבי ייִדן אין אַלע צײַטן, דערמאָנט מיך אינעם פֿאַרראַט צווישן די הוטוס מיט די טוציס, אין דער צײַט פֿונעם קריג אין רוואַנדאַ אין די נײַנציקער. מיט איין אונטערשייד, עס הערשט הײַנט שלום אין יענעם לאַנד ווײַל די טוציס האָבן איבערגענומען די מאַכט. און אין אונדזער פֿאַל, כּמעט זיבעציק יאָר נאָכן חורבן, עקזיסטירט נאָך אַלץ אין פּוילן דער ווילדער האַס און שׂינאה צו ייִדן, ווען אַפֿילו פּוילן איז שוין כּמעט ייִדן־פֿרײַ.
איך ראַט יעדן איינעם פֿון אײַך נישט אַדורכלאָזן דעם בריליאַנטענעם פֿילם „דער ייִדישער קאַרדינאַל‟, וואָס האָט אויף מיר געמאַכט אַזאַ ריזיקן אײַנדרוק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.