איך געדענק ווי אין די פֿופֿציקער יאָרן האָט זיך געקאָכט ווי אין אַ קעסל מיטן אַמאָליקן „ייִדישן גלח‟ אהרן לוסטיגער. מיר האָבן זיך נישט געריכט, אַז נאָך אַזא חורבן, נאָך אַזאַ קאַטאַסטראָפֿע, זאָל אַ ייִד זיך נעמען און שמדן, און דערהויבן ווערן צום ראַנג פֿון אַ גלח בײַ די קאַטאָליקן אין פֿראַנקרײַך.
דערגייט מען ערשט דעם סוד אינעם פֿילם The Jewish Cardinal („דער ייִדישער קאַרדינאַל‟) אַז אין דער צײַט פֿון דער מלחמה, ווי אַ פֿערצן־יעריק ייִנגל איז אהרן לוסטיגער געראַטעוועט געוואָרן אין זכות פֿון אַ פֿרומער נאָנע, וועלכע האָט אים אָפּגעשמדט.
לוסטיגערס מאַמע איז אומגעקומען אין אוישוויץ, דער טאַטע מיט דער שוועסטער זײַנען ניצול געוואָרן. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער טאַטע האָט שטאַרק געליטן פֿון זײַן זונס שריט, און אים געבעטן, אַז נאָך זײַן טויט זאָל ער כאָטש זאָגן קדיש נאָך אים.
דער פֿילם איז אָנגעפּיקעוועט מיט מאָמענטן, וואָס שטעלן פֿעסט אונדזער איבערצײַגונג וועגן די פּאָליאַקן, זייער פֿאַרביסענעם און אײַנגעבוירענעם האַס צו ייִדן, מיט אַזאַ שׂינאה, אַז ווען עס איז געקומען צו די סצענעס וואָס זײַנען פֿילמירט געוואָרן אין אוישוויץ גופֿא, ווו די קאַרמעליטן־נאָנעס האָבן אויפֿגעשטעלט אַ קאַטויליש געבעט־הויז, און אײַנגעבויערט אַ ריזיקן קרײַץ בײַם טויער פֿון דער קרעמאַטאָריע, האָט זיך אויפֿגעהויבן אַ ויצעקו און אַ מהומה מצד די אַמעריקאַנער ייִדן.
נאָך מער, בעת מען האָט זיך אָנגעשטויסן אין אַ פּאָליאַק בײַם מאָלן די ווענט אויף ווײַס פֿון אוישוויץ, און ס׳האָט אים אָפּגעשטעלט דער ייִדישער קאַרדינאַל בײַ דער אַרבעט, מיט דער טענה אַז ער טוט מטומא זײַן אַ ייִדישן בית־עולם, האָט יענער געשיפּעט ווי אַ שלאַנג, אַז די פּראָפּאַגאַנדע־מאַשין קומט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדעלעך מיט געלט, וואָס ווילן צעראַבעווען די פּוילישע גיטער און אָנטאָן שאָדן די פּוילישע רעפּוטאַציע.
דער ייִדישער קאַרדינאַל לוסטיגער, וועלכער איז אַן איבערגעגעבענער קריסט און אַ בוזים־פֿרײַנד מיטן פּוילישן פּויפּסט, האַלט אין איין טענהן, אַז ער איז אַ ייִד און אַז מען דאַרף אויסראָטן דעם פּוילישן אַנטיסעמיטיזם, און דער עיקר — אויסרוימען אוישוויץ פֿון די קאַרמעליטן־נאָנעס און פּטור ווערן פֿון דעם ריזיקן קרײץ, וואָס שטעכט אין די אויגן פֿון יעדן ייִד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.