מיטוואָך, דעם 23סטן אַפּריל, בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟ אין מאַנהעטן איז פֿאָרגעקומען אַן עפֿנטלעכע דיקסוסיע צווישן דרײַ קינסטלער, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט קאַריקאַטורן און גראַפֿישע ראָמאַנען אויף ייִדישע טעמעס. די דרײַ קינסטלער, ליאַנאַ פֿינק, מרים קאַטין און אלי וואַלי, האָבן אַרומגערעדט די טעמע „ייִדן, קאָמיקס און שטאָט ניו־יאָרק‟, צוזאַמען מיט דער פּראָפֿעסאָרין טאַניר אָקסמאַן (מאַרימאָונט־קאָלעדזש). בעתן פּאַנעל האָבן די קינסטלער אויך דערקלערט זייערע אייגענע דרכים אין דער וועלט פֿון ייִדישע קאָמיקס, זייערע פֿאַרשידנאַרטיקע הינטערגרונטן און די השפּעות, וואָס זייער ייִדישער אָפּשטאַם האָט געהאַט אויף זייער קונסט.
צוויי פֿון די גראַפֿישע קינסטלער, ליאַנאַ פֿינק און אלי וואַלי, האָבן נאָענטע פֿאַרבינדונגען מיטן „פֿאָרווערטס‟. ליאַנאַ פֿינק איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון ניו־יאָרק, וווּ זי איז געגאַנגען אין אַ קאָנסערוואַטיווער ייִדישער טאָג־שול. זי האָט זיך געלערנט אין דער פּרעסטיזשפֿולער „קופּער־יוניאָן‟ קונסט־שול אין מאַנהעטן. נאָכן פֿאַרענדיקן זיך האָט פֿינק באַשלאָסן צו שאַפֿן קונסט אויף ייִדישע טעמעס, און אירע עלטערן און באָבע האָבן איר דערמאָנט אין דער קלאַסישער זאַמלונג פֿון „אַ בינטל בריוו‟, וועלכע איציק מעצקער האָט אַרויסגעגעבן אין דער ענגלישער איבערזעצונג אין 1971. זי האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אויף אַ באַאַרבעטונג פֿון די בריוו אין פֿאָרעם פֿון אַ גראַפֿישן ראָמאַן. די פֿאַרשידענע בריוו זענען אילוסטרירט ווי באַזונדערע קאָמיקס. יעדער קאַפּיטל פֿונעם טעקסט באַשטייט פֿון איינעם אַזאַ „בריוו־קאָמיק‟, אַרײַנגעפֿלאָכטן אַ טייל פֿון אַ צווייטן איבערנאַטירלעכן סיפּור־המעשׂה, אין וועלכן דער גײַסט פֿון אַב. קאַהאַן באַגלייט דער מחברטעס קינסטלערישן אַלטער־עגאָ, דורך איר נסיעה אין דער וועלט פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן אויפֿן „לאָוער איסט־סײַד‟, און דורך איר אייגענעם פּראָצעס פֿון זעלבסט־אַנטדעקונג.
פֿאַראַכטאָגן האָט מען אַרויסגעגעבן פֿינקס גראַפֿישן ראָמאַן ווי אַ באַזונדערן באַנד אונטערן נאָמען „אַ בינטל בריוו: ליבע און בענקשאַפֿט אין אַלט ניו־יאָרק‟. פֿריִער האָט מען אָפּגעדרוקט טיילן פֿונעם ווערק אין דעם Forward, ווי אויך אין אַנדערע ייִדישע צײַטשריפֿטן. אין זומער 2013 זענען געהאָנגען בילדער פֿונעם פּראָיעקט אין דער הויפּט־גאַלעריע בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. די איצטיקע אויסגאַבע איז אָבער די ערשטע, אין וועלכער, מע זעט דאָס גאַנצע ווערק. דער נײַ־דערשינענער פֿולער ראָמאַן האָט שוין באַקומען גוטע אָפּרופֿן אין „ניו־יאָרק טײַמס‟ און אויף NPR (דער אַמעריקאַנער עפֿנטלעכער ראַדיאָ).
אין אַן אינטערוויו מיטן „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין שײַכות מיט דער אויסשטעלונג, האָט ליאַנאַ פֿינק געזאָגט, אַז זי האָט געמיינט, אַז איר קונסט וואָלט געקאָנט איר פֿאַרבײַטן די ייִדישקייט, ווײַל זי האָט זיך ניט גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער ייִדישער קהילה. זי האָט געפֿילט אַ שײַכות צו די ייִדישע אימיגראַנטן, וועלכע האָבן געשריבן אין דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע, אַז זיי האָבן זיך אויך ניט גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער ייִדישער קהילה, נאָכן פֿאַרלאָזן זייערע אייראָפּעיִשע היימען.
בעת דער פּראָגראַם בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟ האָט ליאַנאַ פֿינק דערקלערט, אַז זי האָט געפֿילט אַ נאָענטע פֿאַרבינדונג צו די בריוו־שרײַבער, וועמענס לעבנס זי האָט געצייכנט, אויך צוליב דעם, וואָס זי האָט אָנגעהויבן וווינען אין שטאָט ניו־יאָרק ערשט צו 18 יאָר. „ניט געקוקט אויף דעם, וואָס איך בין געגאַנגען אין אַ ייִדישער שול, האָב איך זיך טאַקע דערפֿילט ווי אַ ייִד בלויז נאָכן אָנקומען קיין ניו־יאָרק. דאָ פֿיל איך פֿאַרבונדן מיט מײַנע העלדן, די אימיגראַנטן, וואָס זענען אַהערגעקומען.‟
אויף דער פֿראַגע, צי זי האַלט זיך פֿאַר אַ ייִדישער קינסטלערין, האָט ליאַנאַ פֿינק געזאָגט: „איך וויל ניט, אַז בלויז ייִדן זאָלן לייענען מײַנע קאָמיקס. ס׳זענען דאָ קינסטלער, וואָס מאַכן ייִדישע קונסט בלויז פֿאַר אַנדערע ייִדן, און זייער קונסט איז געוויינטלעך גאַנץ שלעכט, באמת שרעקלעך. איך וויל ניט, מע זאָל מיך האַלטן פֿאַר איינער פֿון זיי‟.
אַקעגן ליאַנאַ פֿינק, דערקלערט אלי וואַלי מיט שטאָלץ, אַז ער איז אַ ייִדישער קינסטלער, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אַ סך פֿון זײַנע קעגנער האַלטן אים פֿאַר אַ זעלבסט־האַסיק ייִד אָדער אַפֿילו אַ שׂונא־ישׂראל. וואַלי איז אַ קאָנטראָווערסיעלער פּאָליטישער סאַטיריקער. זײַנע קאָמיקס מאַכן חוזק פֿון די פּאָליטישע געשעענישן אין ישׂראל, ווי אויך די פֿירער פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה. זײַנע ווערק האָט מען געדרוקט אינעם „ניו־יאָרק טײַמס‟, „גאַוקער‟, און „סלייט‟, ווי אויך גאַנץ אָפֿט אין Forward, וווּ ער האָט פּראַקטיקירט ווי דער ערשטער גאַסט־קינסטלער פֿון 2011־2013.
אַ געבוירענער אין ראָוד־אײַלאַנד איז אלי וואַלי אויפֿגעוואַקסן אין פֿאַרשידענע פֿאָרשטעט פֿון שטאָט ניו־יאָרק. זײַן פֿאָטער איז געווען אַ רבֿ, אָבער זײַן מאַמע האָט זיך אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער ייִדישער אמונה, און דאָס פּאָרל האָט זיך געגט. די קאָנטראַסטן צווישן די צוויי לעבנסשטייגערס פֿון זײַנע עלטערן האָבן געהאַט אַ ריזיקע השפּעה אויף זײַנע קונסט־ווערק.
אלי וואַלי האָט ניט באַקומען קיין פֿאָרמעלע אויסבילדונג ווי אַ קינסטלער. ער האָט אָבער יאָ געצייכנט קאַריקאַטורן און קאָמיקס ווי אַ קינד און בעת זײַנע יאָרן אין אוניווערסיטעט; אָבער זײַן ווערק האָט קיינמאָל ניט געהאַט קיין שום שײַכות צו ייִדן.
מיט אַכט יאָר צוריק, האָט ער געהערט, אַז אין ישׂראל קומט פֿאָר אַ קאָנקורס צו שאַפֿן די סאַמע אַנטיסעמיטישע קאַריקאַטור, וואָס מע קען נאָר אויסטראַכטן, ווי אַן אָפּקלאַנג אויף אַ קאָנקורס אין איראַן, אין וועלכן מע האָט געוואָלט מאַכן חוזק פֿונעם חורבן. פֿאַרן קאָנקורס האָט וואַלי אָנגעהויבן ערנסט אַרבעטן אויף אַ קאָמיק צום ערשטן מאָל אין צען יאָר. זינט דעמאָלט טראָגן אַלע זײַנע קאַריקאַטורן אַ שטאַרקן שײַכות צו ייִדישע טעמעס.
אין אַן אינטערוויו מיט „האָרץ‟ אין 2012 האָט וואַלי דערקלערט, אַז „הומאָר וואָס מאַכט חוזק פֿון זיך אַליין, איז דאָך אַ ייִדישער שטריך… געוויינטלעך, איז עס זייער שווער צו סאַטיריזירן די ייִדישע וועלט, ווײַל אינעם זעלביקן מאָמענט וואָס, דער סאַטיריסט מיינט, אַז ער האָט געטאָן עפּעס סקאַנדעליעז און אַבסורדיש, אַנטפּלעקט ער אין דער הײַנטיקער צײַטונג, אַז די עכטע געשעענישן זענען פֿיל מער אַבסורדיש ווי פֿיקציע. ס׳איז דאָך אַ געיעג קעגן דער רעאַליטעט.‟
אלי וואַלי דערקלערט אָפֿט, אַז דאָס וואָס ער איז אַ שטאָלצער גלות־ייִד שאַפֿט בײַ אַ סך מענטשן דעם אײַנדרוק, אַז ער האָט פֿײַנט ייִדן און ישׂראל, ווען ער האָט באמת פֿײַנט די אידעאָלאָגיע, וואָס האַלט, אַז די גלות־ייִדן זענען שוואַכע נעבעכדיקע באַשעפֿענישן, וועלכע האָבן קיינמאָל ניט געשאַפֿן קיין ווערטפֿולע קולטור. אָט די טעמע האָט ער באַהאַנדלט אין זײַן באַקאַנטן קאָמיק „ישׂראל־מאַן און גלות־ייִנגל‟, וואָס איז לכתּחילה דערשינען אין 2008. דער קאָמיק באַווײַזט אַ שמועס צווישן דעם אידעאַלן ישׂראלי סופּערהעלד „ישׂראל־מאַן‟ און אַ נעבעכדיקן גלות־ייִד - „גלות־ייִנגל‟, וועלכע איז צוזאַמענגעשטעלט פֿון אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן, וואָס זענען געווען פּאָפּולער צווישן די ציוניסטן. בשעתן שמועס הייבט דער „גלות־ייִנגל‟ אָן צו פֿאַרשטיין, אַז „ישׂראל־מאַן‟ איז אַליין אַן אַנטיסעמיט, אָבער ער האָט מורא דאָס אויסצודריקן פֿאַרן „סאַברע‟, און שלאָגט זיך על־חטא פֿאַרן טראַכטן אַזוי.
בעתן פּאַנעל אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟ האָט אלי וואַלי דערקלערט, אַז ער איז „שטאָלץ מיט דער וועלטלעכער ייִדישער קולטור־טראַדיציע, און איך האָף, אַז איך קען איר העלפֿן ווײַטער אָנגיין‟. אלי האָט אויך דערקלערט, אַז אַ סך פֿון זײַנע קאָמיקס זענען אינספּירירט פֿון „פֿילם־נאָיר‟, אַ זשאַנער, וואָס ער האַלט, איז שטאַרק פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע, ווײַל אַ סך פֿון אירע גרעסטע רעזשיסאָרן און סצענאַר־שרײַבער זענען געווען דײַטשישע ייִדן, וועלכע האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד צוליב דעם אויפֿקום פֿון היטלער. וואַלי האָט דערקלערט, אַז דער זשאַנער באַהאַנדלט די העלדן, וועלכע דאַרפֿן זיך שטעלן קעגן בייזע כּוחות, וואָס זענען גרעסער פֿון זיי.
אין אַ סעריע פֿון זײַנע „נאָיר־קאָמיקס‟, וואָס איז דערשינען אינעם Forward, דאַרף דער העלד, דער סאָציאָלאָג „באַקי שוויץ‟, מאַכן אַ סאָציאָלאָגישע אויספֿאָרשונג, כּדי אויסצוגעפֿינען פֿאַר וואָס ווילן די יונגע אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַרלאָזן די ייִדישע קהילה. נאָך דעם, ווי שוויץ אַנטדעקט דעם פֿאַקט, אַז ישׂראל ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי דער סאַמע וויכטיקסטער טייל פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער אידענטיטעט און דערמיט טרײַבט ער אַוועק אַ סך יונגע ייִדן, טוען די ייִדישע פֿירער אַלץ מעגלעך צו שטערן זײַן אַרבעט.
כאָטש ליאַנאַ פֿינק און אלי וואַלי באַהאַנדלען גאָר באַזונדערע טעמעס און באַציִען זיך צו זייער קונסט מיט פֿאַרשידענאַרטיקע פֿילאָסאָפֿישע פּערספּעקטיוון, שטייען ביידע קינסטלער בײַם סאַמע אויבן־אָן פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער קאָמיקס־קונסט. בעת אַ שמועת נאָך דער פּראָגראַם, האָבן ביידע פֿון זיי אויסגעדריקט זייער אָפּטימיזם וועגן דער צוקונפֿט פֿונעם זשאַנער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.