שאַפֿערס פֿון ייִדישע קאָמיקס

Creators of Jewish Comics

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 27, 2014, issue of May 23, 2014.

מיטוואָך, דעם 23סטן אַפּריל, בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟ אין מאַנהעטן איז פֿאָרגעקומען אַן עפֿנטלעכע דיקסוסיע צווישן דרײַ קינסטלער, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט קאַריקאַטורן און גראַפֿישע ראָמאַנען אויף ייִדישע טעמעס. די דרײַ קינסטלער, ליאַנאַ פֿינק, מרים קאַטין און אלי וואַלי, האָבן אַרומגערעדט די טעמע „ייִדן, קאָמיקס און שטאָט ניו־יאָרק‟, צוזאַמען מיט דער פּראָפֿעסאָרין טאַניר אָקסמאַן (מאַרימאָונט־קאָלעדזש). בעתן פּאַנעל האָבן די קינסטלער אויך דערקלערט זייערע אייגענע דרכים אין דער וועלט פֿון ייִדישע קאָמיקס, זייערע פֿאַרשידנאַרטיקע הינטערגרונטן און די השפּעות, וואָס זייער ייִדישער אָפּשטאַם האָט געהאַט אויף זייער קונסט.

צוויי פֿון די גראַפֿישע קינסטלער, ליאַנאַ פֿינק און אלי וואַלי, האָבן נאָענטע פֿאַרבינדונגען מיטן „פֿאָרווערטס‟. ליאַנאַ פֿינק איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון ניו־יאָרק, וווּ זי איז געגאַנגען אין אַ קאָנסערוואַטיווער ייִדישער טאָג־שול. זי האָט זיך געלערנט אין דער פּרעסטיזשפֿולער „קופּער־יוניאָן‟ קונסט־שול אין מאַנהעטן. נאָכן פֿאַרענדיקן זיך האָט פֿינק באַשלאָסן צו שאַפֿן קונסט אויף ייִדישע טעמעס, און אירע עלטערן און באָבע האָבן איר דערמאָנט אין דער קלאַסישער זאַמלונג פֿון „אַ בינטל בריוו‟, וועלכע איציק מעצקער האָט אַרויסגעגעבן אין דער ענגלישער איבערזעצונג אין 1971. זי האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אויף אַ באַאַרבעטונג פֿון די בריוו אין פֿאָרעם פֿון אַ גראַפֿישן ראָמאַן. די פֿאַרשידענע בריוו זענען אילוסטרירט ווי באַזונדערע קאָמיקס. יעדער קאַפּיטל פֿונעם טעקסט באַשטייט פֿון איינעם אַזאַ „בריוו־קאָמיק‟, אַרײַנגעפֿלאָכטן אַ טייל פֿון אַ צווייטן איבערנאַטירלעכן סיפּור־המעשׂה, אין וועלכן דער גײַסט פֿון אַב. קאַהאַן באַגלייט דער מחברטעס קינסטלערישן אַלטער־עגאָ, דורך איר נסיעה אין דער וועלט פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן אויפֿן „לאָוער איסט־סײַד‟, און דורך איר אייגענעם פּראָצעס פֿון זעלבסט־אַנטדעקונג.

ליאַנאַ פֿינק בעת אַן אויסשטעלונג פֿון אירע קאָמיקס בײַם „מוזיי אויף ביינברידזש סטריט‟
ליאַנאַ פֿינק בעת אַן אויסשטעלונג פֿון אירע קאָמיקס בײַם „מוזיי אויף ביינברידזש סטריט‟

פֿאַראַכטאָגן האָט מען אַרויסגעגעבן פֿינקס גראַפֿישן ראָמאַן ווי אַ באַזונדערן באַנד אונטערן נאָמען „אַ בינטל בריוו: ליבע און בענקשאַפֿט אין אַלט ניו־יאָרק‟. פֿריִער האָט מען אָפּגעדרוקט טיילן פֿונעם ווערק אין דעם Forward, ווי אויך אין אַנדערע ייִדישע צײַטשריפֿטן. אין זומער 2013 זענען געהאָנגען בילדער פֿונעם פּראָיעקט אין דער הויפּט־גאַלעריע בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. די איצטיקע אויסגאַבע איז אָבער די ערשטע, אין וועלכער, מע זעט דאָס גאַנצע ווערק. דער נײַ־דערשינענער פֿולער ראָמאַן האָט שוין באַקומען גוטע אָפּרופֿן אין „ניו־יאָרק טײַמס‟ און אויף NPR (דער אַמעריקאַנער עפֿנטלעכער ראַדיאָ).

אין אַן אינטערוויו מיטן „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין שײַכות מיט דער אויסשטעלונג, האָט ליאַנאַ פֿינק געזאָגט, אַז זי האָט געמיינט, אַז איר קונסט וואָלט געקאָנט איר פֿאַרבײַטן די ייִדישקייט, ווײַל זי האָט זיך ניט גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער ייִדישער קהילה. זי האָט געפֿילט אַ שײַכות צו די ייִדישע אימיגראַנטן, וועלכע האָבן געשריבן אין דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע, אַז זיי האָבן זיך אויך ניט גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער ייִדישער קהילה, נאָכן פֿאַרלאָזן זייערע אייראָפּעיִשע היימען.

בעת דער פּראָגראַם בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟ האָט ליאַנאַ פֿינק דערקלערט, אַז זי האָט געפֿילט אַ נאָענטע פֿאַרבינדונג צו די בריוו־שרײַבער, וועמענס לעבנס זי האָט געצייכנט, אויך צוליב דעם, וואָס זי האָט אָנגעהויבן וווינען אין שטאָט ניו־יאָרק ערשט צו 18 יאָר. „ניט געקוקט אויף דעם, וואָס איך בין געגאַנגען אין אַ ייִדישער שול, האָב איך זיך טאַקע דערפֿילט ווי אַ ייִד בלויז נאָכן אָנקומען קיין ניו־יאָרק. דאָ פֿיל איך פֿאַרבונדן מיט מײַנע העלדן, די אימיגראַנטן, וואָס זענען אַהערגעקומען.‟

אויף דער פֿראַגע, צי זי האַלט זיך פֿאַר אַ ייִדישער קינסטלערין, האָט ליאַנאַ פֿינק געזאָגט: „איך וויל ניט, אַז בלויז ייִדן זאָלן לייענען מײַנע קאָמיקס. ס׳זענען דאָ קינסטלער, וואָס מאַכן ייִדישע קונסט בלויז פֿאַר אַנדערע ייִדן, און זייער קונסט איז געוויינטלעך גאַנץ שלעכט, באמת שרעקלעך. איך וויל ניט, מע זאָל מיך האַלטן פֿאַר איינער פֿון זיי‟.