זעלטן וווּ נאָך אין דער געשיכטע פֿון ייִדן האָבן די אַשכּנזישע און ספֿרדישע קהילות אַזוי נאָענט זיך צוזאַמענגעלעבט, ווי אין אַמסטערדאַם אינעם 17טן און 18טן יאָרהונדערט. בעת דעם טייל פֿון מײַן אייראָפּעיִשער נסיעה האָב איך פֿאַרבראַכט מיט צוויי פֿון די הויפּט־פֿאָרשער פֿון דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור אין האָלאַנד. אין אַמסטערדאַם האָט ד”ר שלמה בערגער מיך פֿאַרבעטן צו האַלטן אַ לעקציע אינעם אוניווערסיטעט, און בײַ אַ וועטשערע האָבן מיר זיך בעסער באַקענט.
אַ געבוירענער אין ישׂראל — זײַן טאַטע פֿון דער שארית־הפּליטה, האָט ד”ר בערגער לכתּחילה געפֿאָרשט די אוראַלטע געשיכטע, אָבער איז אַריבער צו דער ייִדיש־פֿאָרשונג. הײַנט פֿאַרנעמט ער די ייִדיש־פּאָזיציע אינעם אוניווערסיטעט, וווּ ער לערנט שפּראַך, ליטעראַטור און געשיכטע. צו דער לעקציע זענען געקומען גוטע־פֿרײַנד, צווישן זיי — דער אַמאָליקער „פֿאָרווערטס”־פּראַקטיקאַנט טערציאָ דרומל, וועלכער שטאַמט פֿון ווין און לערנט זיך הײַנט אין אַמסטערדאַם.
צווישן דעם עולם איז אויך געזעסן די זינגערין און כאָר־דיריגענטין שורה ליפּאָווסקי, און ווען מע האָט מיך געפֿרעגט צום סוף, צי ס’זענען פֿאַראַן נײַע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון ייִדישע לידער, האָב איך געקענט זאָגן, אַז אין דער ערשטער ריי זיצט אַזאַ קינסטלערין; מע קען הערן איר נײַ קאָמפּאַקטל „ווײַטינקע‟, וואָס זי האָט ערשט אַרויסגעלאָזט אין דעצעמבער 2013. שוין יאָרן לאַנג דיריגירט ליפּאָווסקי מיט אַ כאָר בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ און פֿירט אָן מיט דער געזאַנג־פּראָגראַם בײַם לאָנדאָנער ייִדיש־פֿעסטיוואַל.
אין אַמסטערדאַם בין איך אײַנגעשטאַנען בײַם לעקסיקאָגראַף יוסטוס וואַן דע קאַמפּ און זײַן פֿרוי קאַרען. זײַן ערשט ווערטערבוך — „כּשר נידערלאַנד‟ — באַשטייט פֿון ווערטער אין דער הײַנטיקער האָלענדישער שפּראַך, וואָס זענען אַרײַן אין דער געזעלשאַפֿט דורך די ספֿרדישע און אַשכּנזישע אימיגראַנטן. אַן ערך 18,000 ציטאַטן האָט ער געפֿונען. אַצינד אַרבעט ער אויף אַ ריזיקן פּראָיעקט — אַ ייִדיש־האָלענדיש ווערטערבוך. בײַ דער אַרבעט האָט ער אַ קאָמיטעט, וואָס העלפֿט אים צו, און צווישן זיי געפֿינט זיך חנה לודען, די טאָכטער פֿונעם שרײַבער און רעדאַקטאָר פֿונעם בונדישן זשורנאַל אין ישׂראל „לעבנס־פֿראַגן‟, יצחק לודען; און די ליטעראַטור־פֿאָרשערין חנה גונטשאָוו. די משפּחה וואַן דע קאַמפּס איז באַקאַנט פֿאַר איר גאַסטפֿרײַנדלעכקייט און דאָס שלאָפֿצימער פֿאַר געסט בײַ זיי בלײַבט קיין מאָל נישט לאַנג ליידיק. דערצו איז זייער שטוב אַ צענטער פֿון ייִדישיזם; פֿרײַטיק־צו־נאַכטס האָט אַ חבֿרה ייִדיש־רעדערס זיך צונויפֿגעקומען בײַ זיי און מע האָט גערעדט בלויז אויף ייִדיש.
דורך אַ מאָדנעם צופֿאַל האָט אַ פּראָפֿעסאָר אין אַרבערדין, שאָטלאַנד, מיט וועמען איך האָב זיך דאָרטן באַקענט, געלאָזט וויסן זײַן חבֿרטע אין אַמסטערדאַם, אַז איך פֿאָר אַהין און איר געעצהט מיר אָנצוקלינגען. די חבֿרטע הייסט שיפֿרה ווײַנרײַך, די טאָכטער פֿון אוריאל און בינה ווײַנרײַך. זי האָט חתונה געהאַט מיט אַ האָלענדער, זיך באַזעצט אין אַמסטערדאַם און אויפֿגעכאָוועט צוויי זין, וועלכע זענען שוין דערוואַקסן. דאָס לעצטע מאָל, וואָס מיר האָבן זיך געזען, איז געווען, דאַכט זיך, מיט 45 יאָר צוריק, ווען מע האָט זיך געשפּילט ווי קינדער — איך 10, זי 13 יאָר — אין „פֿאָרט טרײַען־פּאַרק‟, מאַנהעטן, צוזאַמען מיט מײַנע שוועסטערקינדער פֿון דער שעכטער־משפּחה. אין ניו־יאָרק האָט מען זי גערופֿן שיפֿי.
די משפּחה ווײַנרײַך, ווי באַקאַנט, האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט די „אַריסטאָקראַטיע‟ פֿון דער ייִדיש־וועלט. שיפֿרה ווײַנרײַכס טאַטע־מאַמע, זיידע־באָבע, עלטער־זיידע און ־באָבע האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור אין ווילנע און ניו־יאָרק. שיפֿרה אַליין האָט שוין לאַנג פֿאַרלאָזט יענע סבֿיבֿה, און אירע קינדער האָבן נישט קיין פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש אָדער אַפֿילו ייִדישקייט. פֿון דעסטוועגן, האָט די דור־דורותדיקע קייט פֿון ייִדישיסטן זיך נישט איבערגעריסן, און מיר האָבן געשמועסט ווי אַלטע גוטע־פֿרײַנד.
פֿון אַמסטערדאַם בין איך אַריבערגעפֿאָרן די גרענעץ מיט דער באַן און זיך אָפּגעשטעלט אין דיסלדאָרף, וווּ פּראָפֿ’ מאַריאָן אַפּטרוט פֿאָרשט די אַלטע ייִדישע ליטעראַטור, בפֿרט אין האָלאַנד, אינעם „הײַנריך הײַנע אוניווערסיטעט‟. ד”ר אַפּטרוט און פּראָפֿ’ שמעון נויבערג אין טריִער פֿירן הײַנט אָן מיט דער ייִדיש־פֿאָרשונג אין דײַטשלאַנד, און אָרגאַניזירן אַ קאָנפֿערענץ יעדן האַרבסט, בעת וועלכער די גראַדויִר־סטודענטן פֿון אייראָפּע און אַנדערע אַקאַדעמיקער האָבן די מעגלעכקייט צו רעדן וועגן זייער פֿאָרשונג. אָפֿט טרעט מען דאָרטן אַרויס מיט אַ לעקציע אויף ייִדיש, וואָס טרעפֿט זיך זעלטן הײַנט ערגעץ־אַנדערש־וווּ אין דער אוניווערסיטעטישער וועלט.
איך האָב געהאַלטן צוויי לעקציעס פֿאַר אַפּטרוטס קלאַסן און עס איז אויך געקומען פּראָפֿ’ אפֿרת גלעד, וועלכע האַלט בײַם פֿאַרענדיקן אַ גרויס ווערק וועגן איציק מאַנגערס לעבן און שאַפֿונג. וועגן מאַנגער און דער טשערנאָוויצער קולטור־סבֿיבֿה האָבן מיר דרײַ געהאַט וואָס צו רעדן, און ד”ר אַפּטרוט האָט מיר אַ ביסל געוויזן די שטאָט דיסלדאָרף, וואָס איז הײַנט געוואָרן באַקאַנט ווי אַ פֿינאַנץ־צענטער אין דײַטשלאַנד. געוויסע בולוואַרן און גאַסן האָבן מיך שטאַרק דערמאָנט די פֿינפֿטע און מעדיסאָן־עוועניו אין מאַנהעטן.
אין דער קלענערער שטאָט ברעמען האָב איך באַשלאָסן צו בלײַבן צוויי טעג, זיך צו זען מיט מײַנע צוויי פֿרײַנד, עליאַנע רענער און מיאָ האַמאַן. ביידע האָבן זיי שטודירט ייִדיש, און האַמאַן האָט געשריבן איר מאַגיסטער־אַרבעט וועגן דער פֿרויען־ליטעראַטור פֿונעם חורבן. רענער, אַ קינסטלערין, האַלט אין מיטן פֿון אַ פּראָיעקט וועגן דער (נישט־פֿאַרענדיקטער) געשיכטע פֿון דער אַזוי־גערופֿענער „ווײַסער שקלאַפֿערײַ‟ איבער דער וועלט, בפֿרט בײַ די ייִדן. אַ דאַנק די סובסידיעס, האָט זי געקענט פֿאָרן קיין בוענאָס־אײַרעס, סאַן־פּאַולאָ, ניו־יאָרק, קייפּטאַון, שאַנכײַ און מומבײַ, אָבער אַ קאַפּיטל פֿון דער געשיכטע האָט זיך אויך אויסגעשפּילט אין איר איצטיקער היים ברעמען, וווּ דער ברעמענער רבֿ, לעאָפּאָלד ראָזענאַק, האָט אין 1903 געהאַט דעם געדאַנק אַרויסצוגעבן אַ צײַטונג אויף ייִדיש, כּדי צו וואָרענען יונג פֿרויען וועגן די סכּנות פֿון דער ווײַסער שקלאַפֿערײַ. 110 יאָר שפּעטער האָט אַ גרופּע פֿונעם ברעמענער אוניווערסיטעט, בראָש מיט עליאַנע רענער און דער היסטאָריקערין מאַגדאַלענע וואַליגאָרסקאַ אויסגעפֿירט הרבֿ ראָזענאַקס פּלאַן אויף דער אינטערנעץ. „די נײַע וועלט: זשורנאַל פֿאַר מיידלעך אונטערוועגנס‟ קען מען לייענען בײַ דער פֿאַרבינדונג //trackingthetraffic.org/#bremen
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.