עס איז אויסגעקומען אויף מײַן נסיעה איבער אייראָפּע בײַצוזײַן אויף דרײַ אונטערנעמונגען לכּבֿוד און לזכּרון מײַן מאַמען, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, און אירע לידער. אָבער די אימפּאָזאַנטסטע פֿון די דרײַ האָט צוגעגרייט אין בערלין די פֿאָרשערין יאַנינאַ וווּרבס, אַן אָפֿטער גאַסט אין ניו־יאָרק, און פֿרײַנד פֿון אונדזער משפּחה. אינעם חשובֿן „גאָרקי־טעאַטער‟, איז פֿאַראַן אַ קלענערער „סטודיאָ‟־טעאַטער, און דאָרטן, שבת־צו־נאַכטס דעם 20סטן אַפּריל, האָט די פֿאָרשטעלונג „צוליב ביילען‟ צוגעצויגן אַ געפּאַקטן זאַל. פֿאַר וואָס „צוליב‟? — אַ ווערטערשפּיל מיטן וואָרט „ליב‟, אויסצודריקן דאָס נאָענטע, פֿרײַנדלעכע געפֿיל פֿאַר דער דיכטערין און אירע שאַפֿונגען. די טאָכטער מײַנע, אסתּר, איז געקומען פֿון ניו־יאָרק, כּדי צו בלײַבן די וואָך פֿון פּסח מיט מיר אין בערלין און הנאה האָבן פֿונעם קאָנצערט.
די זינגערס דן קאַהן און סאַשע לוריא האָבן געדינט ווי דיריגענטן און כּמעט יעדער איינער אין דער בערלינער ייִדיש־ און קלעזמער-סבֿיבֿה האָט זיך באַטייליקט מיט אַ ליד. צווישן די לידער האָט מען געוויזן סצענעס פֿונעם דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן שעכטער־גאָטעסמאַן, וואָס די „ייִדיש־ליגע‟ האָט געמאַכט, רעזשיסירט פֿון דזשאַש וואַלעצקי. אַפֿילו פֿרעמדע צו דער סבֿיבֿה, וועלכע זענען געקומען יענעם אָוונט, האָבן געפֿילט די ליבשאַפֿט. מע האָט געשפּילט און געזונגען אויף אַ הויכן ניוואָ מיט אָריגינעלע אַראַנזשירונגען, און אַרײַנגעפֿלאָכטן פֿאָלקסלידער. מיר דאַכט, אַז די בערלינער ייִדישיסטן האָבן געקענט באמת שטאָלצירן מיטן אויפֿטו!
צום קאָנצערט איז אויך געקומען דער זינגער קאַרסטען טרויקע, מיט וועלכן איך האָב זיך שוין לאַנג געוואָלט טרעפֿן, און מיר האָבן אָפּגערעדט אַ צײַט זיך צו באַגעגענען. טרויקע טרעט שוין אויף אויף דער בינע זינט 1982, און ער האָט זיך קונה־שם געווען ווי דער זינגער אין דער קאַפּעליע „אָסטווינד‟. הײַנט זינגט ער ייִדישע לידער איבער דער גאַנצער וועלט, און בײַ אונדזער מיטאָג האָט ער דערציילט וועגן זײַן מוזיקאַלישער מיטאַרבעט מיטן סינטי פֿאָלק, אַ צווײַג פֿון די ציגײַנער.
פֿאַרן פּסח־סדר האָט יאַנינאַ וווּרבס צוגעגרייט אַ סורפּריז פֿאַר אונדז — מע האָט זיך געטראָפֿן מיט אַ גרעסערער חבֿרה אין אַ ביכערקראָם, וווּ בײַ די געדעקטע טישן זײַנען געזעסן אַ 20 מענטשן. גוט עסן און גוטע זינגערס האָבן נישט אויסגעפֿעלט.
בערלין מעג זיך פֿאַרמעסטן מיט ניו־יאָרק ווי די קלעזמער־קרוינשטאָט פֿון דער וועלט, און דאָס איז אַ דאַנק דער „אימיגראַציע‟ פֿון קינסטלער פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. איליאַ שנייווײַס און סאַשע לוריא פֿון ריגע, און סוועטלאַנאַ קונדיש פֿון טשערנאָבל (און דערנאָך ישׂראל), צווישן אַנדערע, האָבן אויפֿגעלעבט די „סצענע‟. קלעזמער־קערמישלעך קומען פֿאָר יעדן חודש אין דרײַ פֿאַרשיידענע קרעטשמעס, און זיי קאָסטן נישט קען געלט פֿאַרן דײַטשן בירטרינקער. עס וואָלט אָבער נישט געשאַט, ווען מע וואַרפֿט אַרײַן אַ ביסל מער מינץ אינעם קלעזמערס היטל, וואָס מע שיקט אַרום צווישן דעם עולם.
עס קומט אויך פֿאָר אַ ייִדיש־לייענקרײַז, אָנגעפֿירט פֿונעם פֿאָרשער טל חבֿר-כיבאָווסקי. דעם זמן איז געקומען אַ ספּעציעלער אָנטיילנעמער, פּראָפֿ’ משה טאַובע פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, אַ קענער פֿון סלאַווישע שפּראַכן. מיט ד”ר טאַובע איבערצולייענען אַ טעקסט פֿון שלום־עליכמען, איז געווען סײַ אַ גרויס פֿאַרגעניגן, סײַ אַ געלעגנהייט עפּעס נײַעס זיך אויסצולערנען.
נאָך דעם לייענקרײַז, דעם לעצטן אָוונט מײַנעם אין בערלין, האָט מען זיך געטראָפֿן אויף אַ וועטשערע מיט פּראָפֿ’ שמעון נויבערגס פֿרוי, חנה־געלע, און זייערע דרײַ חנעוודיקע, ייִדיש־רעדנדיקע טעכטערלעך. זיי זענען ערשט געקומען פֿון דער דײַטשער שטאָט האַלע, וווּ פּראָפֿ’ דיאַנאַ מאַטוט און דער קלעזמער אַנדרעאַס שמיטגעס האַלטן אין מיטן אַ פּראָיעקט, אַרויסצוגעבן אַ נײַ קאָמפּאַקטל פֿון נאָך־נישט אַרויסגעגעבענע ייִדישע קינדער־לידער. מיר קוקן אַלע אַרויס אויף דער רעקאָרדירונג!
די ייִדיש־וועלט אין פּאַריז, וווּ איך האָב פֿאַרבראַכט די ווײַטערדיקע וואָך, איז גאָר אַנדערש פֿון בערלין. אַ דאַנק דעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟, דער אַרבעט פֿון פּראָפֿ’ יצחק ניבאָרסקי, און דירעקטאָר זשיל ראָזיע, קען מען פֿאַררעכענען פּאַריז ווי אַ צענטער, אויב נישט דער צענטער, פֿון ייִדיש־שטודיעס אויף ייִדיש. מע האָט מיך פֿאַרבעטן צו לערנען אַן אינטענסיוון סעמינאַר אָפּגעגעבן דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, צוזאַמען מיט ד”ר ניבאָרסקי און ד”ר נאַטאַליאַ קריניצקאַ; און סטודענטן זענען געקומען נישט נאָר פֿון פֿראַנקרײַך, נאָר אויך פֿון אַנדערע לענדער, זיך צו באַטייליקן און, ספּעציעל, צו הערן וואָס ניבאָרסקי האָט צו זאָגן. מע קען נישט לייקענען, אַז ער איז געוואָרן אַ מין רבי הײַנט פֿאַר די, וואָס נעמען די ייִדיש־שטודיעס אויף ערנסט, פֿאַר די וואָס האַלטן, באמונה־שלמה, אַז ייִדיש אויף ייִדיש איז דער בעסטער וועג.
אין דער זעלבער וואָך האָט מען אויך אָרגאַניזירט אַ זינגערײַ אינעם צווייטן ייִדיש־צענטער, וואָס רופֿט זיך „מעדעם־אַרבעטער־רינג‟, און איך, צוזאַמען מיט דער זינגערין מילענאַ קאַרטאָווסקי, האָבן פֿאָרגעשטעלט לידער. ווען איך האָב שטיפֿעריש געפֿרעגט, ווער עס קען ייִדישע לידער וואָס איך קען נישט, האָבן עטלעכע אין עולם, צווישן זיי די זינגערין און רעציטאַטאָרין מישעל טאַובער, געענטפֿערט מיט פֿײַנע לידער. אין פּאַריז געפֿינט מען איין עלעמענט, וואָס פֿעלט אין בערלין: ייִדיש־רעדערס פֿונעם עלטערן דור; ס’רובֿ פֿון זיי — פּוילישע ייִדן. איך האָב זיך געטראָפֿן מיט עטלעכע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, און אַפֿילו פֿאַרשריבן בײַ זיי די זינגלידער פֿון אָמאָל. בשעת דער וואָך אין פּאַריז איז אויך פֿאָרגעקומען די אָפֿיציעלע שטאָטישע הזכּרה נאָכן וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, און קלאָד העמפּעל, רעדאַקטאָר פֿונעם פּאַריזער צײַטשריפֿט „ייִדישע העפֿטן‟, האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ. די צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען אויף פֿראַנצייזיש, אָבער אַ ייִדיש וואָרט און ליד האָט מען דאָך געהערט פֿון מישעל טאַובער און טאַלילאַ.
צו מיר איז דאָרטן צוגעקומען איינער, מיט וועמען איך וואָלט זיך שוין לאַנג באַדאַרפֿט באַקענען, אָבער ס’איז פּשוט קיין מאָל נישט אויסגעקומען — בערל ווײַסברויט, אַ באַקאַנטער פּאַריזער ייִדישיסט, וועלכער האָט מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אַרויסגעגעבן אַ ייִדישע גראַמאַטיק אויף פֿראַנצייזיש. פֿון אַ באַקאַנטער פּאַריזער בונדישער משפּחה, אָבער הײַנט אַ פֿרומער ייִד, האָט ווײַסברויט מיך פֿאַרבעטן צו עסן אין אַ רעסטאָראַן אין דער היסטאָרישער ייִדישער געגנט, מאַרײ.
אַזוי פֿיל ייִדיש ווי אין פּאַריז האָב איך, בעת מײַן נסיעה, אין ערגעץ נישט גערעדט. הלוואַי ווײַטער!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.